הויפט בלאט באריכט דערהויבענער באזוך פון האד' מסאטמאר אין שטאט לעיקוואד לאזט איבער רישומא דקדושה אויף ק"ק סאטמאר אין שטאט

דערהויבענער באזוך פון האד' מסאטמאר אין שטאט לעיקוואד לאזט איבער רישומא דקדושה אויף ק"ק סאטמאר אין שטאט

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' שלח • כ"ב סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


 מיט גרויס דערהויבנקייט האבן תושבי סאטמאר אין עיר התורה והחסידות לעיקוואד מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכער האט זיך מטריח געווען בטירחא דגופא צו מחזק זיין עדת צאן מרעיתו תושבי העיר און מפאר זיין בראש ביים מעמד "חומש סעודה" לכבוד התחלת לימוד החומש פון די צאן קדשים די תלמידים פון כתה א' אין מוסדות סאטמאר לעיקוואוד.

דער ביקור קודש האט זיך אנגעהויבן אין די פרימארגן שעה'ן ווען דער רבי שליט"א איז אנגעקומען דאווענען שחרית אין היכל ביהמ"ד בבנין הת"ת אינאיינעם מיט די ילדי הת"ת פון די עלטערע כתות מיט זייערע חשוב'ע מלמדים, דאס דאווענען איז געווען מיט גרויס ווארימקייט, ווען דער רבי שליט"א האט מיט קענטליכע הנאה זיך אומגעקוקט אויף די צאן קדשים וועלכע האבן געדאווענט מיט א געוואלדיגע התלהבות.

נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט רצון קדשו ארומצוגיין אין אלע כתות זיך אומקוקן בפרטיות אויף די צאן קדשים, אנגעהויבן ביי דעם חלק פון די קלענערע כתות, וואו די קינדער האבן אפגעווארט דעם רבי'ן שליט"א בכבוד הראוי,דער רבי שליט"א איז ארומגעגאנגען אינאיינעם מיטן מנהל רוחני הרה"ג ר' אלחנן מאסקאוויטש שליט"א מיט דער געטרייער אדמיניסטראטאר און די חשוב'ע חברי ההנהלה ווי דער רבי שליט"א האט געשעפט גרויס הנאה פון די צאן קדשים און געהערט א באריכט פון די חשוב'ע מלמדים.

דערנאך איז דער רבי שליט"א צוגעפארן אויף פת שחרית צו די אכסניא בבית גיסו כ"ק גאב"ד מסערט וויזניץ ארה"ב שליט"א, וואו ער האט עוסק געווען בלימודיו פאר א וויילע.

דערנאך האט דער רבי שליט"א באזוכט אין שכונת סאטמאר המעטירה וואו ער איז צוגעפארן בבית הנגיד הנכבד ר' ליפא ענגיל הי"ו מחשובי חסידי סאטמאר אין לעיקוואוד, וועלכער האט מנדב געווען א שיינעם סכום אפקויפנדיג א כתה אין בנין התלמוד תורה, און האט אצינד מוסיף געווען להעלות בקודש מיט א פרישע גאר שיינע נדבה לטובת המוסדות, דער רבי שליט"א האט פארברענגט פריוואט מיטן נדיב הי"ו און זיינע בני המשפחה.

פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער צו דעם טשעסטערפיעלד געגנט אין לעיקוואוד, אויף א באזוך בבית הנדיב הנכבד ר' יצחק סקאלער הי"ו, וועלכער האט מנדב געווען א שיינעם סכום אפקויפנדיג א כתה אין בנין התלמוד תורה, דערביי זענען אנוועזנד געווען די קינדער פון די קלאס פון דעם חשוב'ן נדיב מיט זייער מלמד און מנהל, וועלכע זענען אריבערגעקומען מקבל זיין ברכת קדשו פון רבי'ן שליט"א. דער רבי שליט"א האט פארברענגט פריוואט מיטן נדיב הי"ו און זיינע בני המשפחה, באזונדער מיט זיין חשוב'ן טאטן הרה"ח ר' שמחה שליט"א מייסד מוסד הק' "חי לייפליין".

פון דארט איז דער רבי שליט"א צוריק אין בנין התלמוד תורה, וואו מען האט באנייט דעם נייעם מאדולער בנין פאר די גרעסערע כתות און די עס זאל, וואו די גרעסערע קינדער זענען געווען פארזאמעלט כשתילי זית סביב. די קינדער האבן געזינגען ווארימע ניגונים לכבודו פון רבי'ן שליט"א, און דאן האט דער רבי שליט"א געטרונקען לחיים און אנגוואונטשן פאר אלע חשוב'ע מלמדים ומחנכים צו האבן הצלחה אין די עבודת הקודש.

 דער מנהל רוחני הרה"ג ר' שלום עוזר שפיץ שליט”א האט באגריסט זיין פעטער דעם רבי'ן מיט ווארימע דיבורים, און די רבי שליט"א האט משמיע געווען הארציגע דברי הדרכה וחיזוק פאר די צאן קדשים, און אלע קינדער זענען אריבער געבן לחיים פארן רבי'ן שליט"א און אפנעמען ברכת הקודש און א מטבע לשמירה והצלחה.

שפעטער איז דער רבי שליט"א אריבער אין דעם נייעם בוטשער סטאר שע"י קהל ייטב לב אין לעיקוואוד, דער רבי האט געהערט א באריכט וואו עס האלט מיט די קאנסטרוקציע, און די חברי הנהלת הבוטשער האבן איבערגעגעבן די פריידיגע באריכט אז מען איז שוין גרייט צו עפענען דעם בוטשער סטאר בשעה טובה ומוצלחת אין די קומענדיגע עטליכע וואכן, און פארקויפן די מהודר'דיגע פלייש פאר אלע בני הקהלה והעיר.

אין די מיטאג שעה'ן איז די רבי ערשינען צום חומש סעודה אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר. די חשוב'ע קינדער האבן נאכגעזאגט דעם גאנצן סדר הלימודים פון ויקרא כנהוג בתפוצות ישראל, און דאן געזינגען גאר ווארימע ניגונים.

דער מנהל רוחני הרה"ג ר' אלחנן מאסקאוויטש שליט"א, האט אויפגענימען דעם רבי'ן און באגריסט די חשוב'ע עלטערן און זיידעס, און די רבי האט משמיע געווען גאר ווארעמע דברי הדרכה וחיזוק, משבח געווען די מלמדים און געוואונטשן ברכותיו הטהורות פאר אלע זיידעס וועלכע זענען געקומען צו פארן.

נאָך די דברות קודש האבן אלע קינדער געהאט די זכי׳ אדורכצוגיין דעם רבי'ן אפּנעמען א תהלים און א פעקל מיט א ווארימע ברכה פון רבי׳ן. דערנאך האט דער רבי שליט"א געגעבן לחיים פאר די עלטערן און זיידעס.

בעפארן אהיימגיין האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט א באזוך בבית המדרש החדש "מקדשי השם ניימארק" אין טאמס ריווער, בראשות הגה"צ ר' שמעון ישראל מייזליש שליט"א. די תושבי העיר והשכונה האבן אפגעווארט דעם רבי'ן שליט"א בכבוד הראוי. צום ערשט האט דער רבי שליט"א געקלאפט א מזוזה אויפן שער בית המדרש. דער רב הביהמ"ד הרה"ג ר' שמעון ישראל שליט"א האט מקבל געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט קורצע דברי ברכה, און דערנאך האט דער רבי שליט"א גערעדט דברי ברכה און אנגעוואונטשן ער זאל קענען מרביץ זיין תורה וחסידות מיט הרחבת הדעת.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00