הויפט בלאט באריכט האד' מלעלוב אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק; שיינעם שבת התאחדות מיט חסידי ואוהדי לעלוב אין די קאנטרי בערג

האד' מלעלוב אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק; שיינעם שבת התאחדות מיט חסידי ואוהדי לעלוב אין די קאנטרי בערג

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' שלח • כ"א סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


חסידים ואנשי מעשה און חסידי ואוהדי בית לעלוב אין ניו יארק, האבן מיט גרויס שמחה און התרגשות מקבל פּנים געוועהן פני הוד כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א געהויבענעם באזוך אין ניו יארק. דער רבי שליט"א חוטר מגזע אראלים ותרשישים א זוהן פון הרה"ק המפורסם רבי משה מרדכי מלעלוב זכר צדיק לברכה פירט אן זיין שיינעם הויף אין עיה"ק ירושלים, איז געקומען צו פארן קיין אמעריקא אויף די יערליכע באזוך בקרב עדת צאן מרעיתו וועלכע האבן ארויסגעקוקט בכליון עינים אויף די געהויבענע טעג במחיצת קדשו.

ליל שישי איז דער רבי אנגעקומען קיין בארא פארק און געפראוועט די סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון הרה"ק בעל בית אהרן מקארלין זי"ע אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' בנימין בייטל הי"ו וואו א גרויסן עולם האט שלום גענומען פונעם חשובן גאסט.

די וואך שבת קודש פ' בהעלותך האט דער רבי שליט"א געוויילט אין די קאנטרי אויף א שבת התאחדות מיט פילע חסידים, דרי ניו יארק וועלכע האבן זיך געקלאמערט ביי די תפילות און טישן בצל הקודש.

דורכאויס דעם רבינס באזוך אין ניו יארק וועט דער רבי באזוכן אין די חרדישע געגענטער אריינגערעכנט בארא פארק, וויליאמסבורג, לעיקוואד, מאנסי און אנדערע שטעט וואו חסידים ואנשי משעה וועלן אויסנוצן די געלעגנהייט נהנה צו זיין מאורו הבהיר.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00