מאנטאג פ' שלח • כ' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: הילל ל"ש, JDN
ברגשי גיל ושמחה האבן פילע תלמידים חסידים ידידם און מעריצים מיטגעהאלטן די גרויסע רבישע חתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט"א דומ"ץ וראש ישיבת דינוב, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' אברהם יודא לעוו שליט"א אב"ד ור"מ תפארת אליעזר, די שמחת החתונה איז פארגעקומען אין די זאלן פון כתר ריזל און כתר צבי אין וויליאמסבורג, בקול רנה ותודה המון חוגג.
ביי מעמד קבלת פנים האט אויפגעטרעטן מיט דברי חרוזים הרב שמעון פראטווין שליט"א, וועלכע האט מיט פסוקי חרוזין און ניגוני התעוררות אויסגערעכנט די הייליגע זיידעס וואס קומען אין די מינוט אראפ פון גן עדן זיך משתתף צו זיין ביי די שמחה דערנאך געזאגט דברי כיבושים לפני החתן זאל זיך אויסבעטן אלעס גוטס, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די ווארימע ניגונים, און דער דינובער רבי שליט"א האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז דער רבי שליט"א אינאיינעם מיט די חתן און מחותנים אראפגעגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון כתר צבי, און דער רבי שליט"א האט אנגעטוהן דעם קיטל פארן חתן בעת דער ציבור זינגט ווארומע ניגונים המקובלים מדור דור מיט גרויס התעוררות.
ביים מעמד החופה, האט מען מיט גרויס התעוררות דקדושה געזינגען די הייליגע ניגונים התעוררות וואס ווערן געזיגען בחצר הקודש דינוב במשך די מועדי השנה. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די זיידע פונעם חתן כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א, מיט עדי קידושין איז מכובד געווארן הרה"ג חיים יודא פריעדמאן שליט"א אב"ד מטהו יפרח און הרה"ג שלמה ניסן דאמפ שליט"א ר"מ בישיבת דינוב, מיט די ברכות זענען מכובד געווארן די פעטער הגה"צ אבד"ק סיגעיט שליט"א, די עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מוויעליפאלי שליט"א, די פעטער הגה"צ אבד"ק נדבורנא לעיקוואד שליט"א, די פעטער הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א, הגה"צ אב"ד קערעסטיר שליט"א מחותן צד החתן, דערנאך האט מען מכבד געווען די זיידע הגה"צ נשיא תפארת אליעזר שליט"א מיט ברכה אחריתא.
נאך די חופה האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש און באגריסט די אלע משתתפים ובראשם האדמורי"ם שליט"א, דערנאך אנגעוואונטשן ברכות קדשו פאר כל הקהל הקודש.
דאן האט דער רבי שליט"א מיט די זיידעס אין מחותנים זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים אופן חופה, בעת ווען דער גאנצער עולם פריידט זיך מיט פון אינטען מיט שירות ותשבחות 'קה זכות אבות יגן עלינו', און דער רבי שליט"א האט עקסטער געטאנצען א ריקוד מיט אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א.
נאך דער חופה איז דער ציבור אריינגעגאנגען אינעם זאל וואו עס איז געווען ספעציעל אויסגעשטעלט צו קענען אקעמדירען יעדעם איינעם איש על מחנהו ואיש על דגלו, און עס איז צוגעשטעלט געווארן די סעודת החתונה כיד המלך אוף א ברייטן פארנעם פאר אלע חסידים ויוצאי הישיבה וואס האבן אנטייל גענימען ביים שמחה ברוב פאר והדר.
ארום 10:00 איז דער רבי שליט"א ערשינען צו די סעודת החתונה, ארויפקמענדיג אויפן בימת הכבוד האט דער רבי שליט"א אפגענומען מזל טוב פון די חשובע רבנים פני העדה, און זיך געוואשן צו די סעודת החתונה.
נאך עטליכע מינוט איז דער חתן אריינגעקומען, די רבי שליט"א האט געטאנצן מיטן חתן און מכבד געווען די זיידעס און מחותנים צו טאנצן, און דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן שליט"א.
בשעת די ריקודין האבן זיך באטייליגט פילע אדמורי"ם, רבנים, ופני העדה פון די גאנצע שטאט ומחוץ לעיר, משפחה וזקנים חשובים וועלכע זענען געקומען מיטהאלטען פון דער נאנט די שמחה, צווישן אנדערע האבען זיך אויך משתתף געווען כ"ק האדמורי"ם מנדבורנא, מוויעליפאלי, מסטראזניץ, בערטש, נדבורנא לינסק, ועוד.
בשעת די ריקודין האבן זיך די הונדערטער אינגעלייט און בחורים תלמידים פונעם מחותן הגה"צ אבד"ק תפארת אליעזר שליט"א מיטגעפריידט בשמחתו הגדולה, באזונדערע רינגען איז געשאפן געווארן דורך תלמידי ויוצאי ישיבת דינוב אינאיינעם מיטן בעל שמחה דער ראש הישיבה.
נאכן בענטשן האט מען אויסגערופן דעם רבי'ן שליט"א צום מצוה טאנץ און מיט הערליכע דברי בדחנות וחרוזים. דער רבי שליט"א האט געטרינקן לחיים און דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין של מצוה לפני הכלה ברשפי אש קודש פאר א לענגערע צייט, טאנצענדיג אויף די ווערטער אב הרחמן העלף שוין אלע אידען וכו' וואס איז מקובל פון זקינו הרה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע צו זינגען בשעת ריקידין של מצוה לפני הכלה, דערנאך האט די רבי שליט"א געטאנצען מיט די חתן און דערנאך מיט בנו חביבו הגה"צ דומ"ץ ור"מ דינוב שליט"א, וואו די גאנצע עולם טאנצט און פריידט זיך מיט די שמחה מיט אן אש קודש בעת וואס אב ובנו טאנצען באהבה יתירה.
דערנאך האט מען אויסגערופען צו מצוה טאנץ דעם זיידן הגה"צ נשיא תפארת אליעזר שליט"א, די קינדער פונעם מחותן הגה"צ אבד"ק תפארת אליעזר שליט"א, דער אבי החתן הגה"צ ראש ישיבת דינוב שליט"א, דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויסגערופן דעם חתן, און מען האט געטאנצן אשת חיל.
דער זייגער האט שוין געקלאפט לאנג נאך חצות הלילה ווען דער עולם האט זיך צושפרייט מייט געפילען פון התרוממות של נפש נאכן מיטלעבן אזא געהויבענע נאכט מיטנעמענדיג מיט זיך הויפענעס פון השפעות טובות.
מלא שבוע הזאת, די שמחה בבית צדיקים האט פארגעזעצט אין פילען פראכט דורכאויס די גאנצע וואך במשך די ימי המשתה ווען עס זענען אפגעראכטען געווארען א רייע פון הערליכע מסיבות שבע ברכות לכבוד החתן וכלה ולכבוד השמחה בבית צדיקים.