הויפט בלאט באריכט המון חוגג: מעמד חנוכת הבית פאר גיגאנטישער בנין "תלמוד תורה אמרי אמת" בארא פארק געפייערט בראשות האד' מגור

המון חוגג: מעמד חנוכת הבית פאר גיגאנטישער בנין "תלמוד תורה אמרי אמת" בארא פארק געפייערט בראשות האד' מגור

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' בהעלתך • ט"ז סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ארי פריינד/אייזיק י.


קיין ווערטער זענען נישט פארהאן צו שילדערן די שטורמישע הרגשים וואס האט נעכטן מיטוואך ארומגענומען אלפי חסידי גור תושבי ניו יארק און ניו דזשערזי נאכ'ן מיטהאלטן דעם זעלטענעם געהויבענעם מעמד, זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו, דער גראנדיעזער חגיגת חנוכת הבית פאר'ן נייעם בנין 'תלמוד תורה דחסידי גור' וואס איז מתנוסס לשם ולתפארה און איז א לייכט-טורעם פאר תורה וחסידות אין די עיר גדולה לאלקים בארא פּארק.

די הערצער פון די טויזענטער גערער חסידים רוישיגע נאך אלץ מיט פרייד נאכ'ן מיטלעבן דעם גייסטרייכן מעמד פון שעות של קורת רוח ועונג רוחני, וואו מען האט געהאט די זכי' אז דער גרויסער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א האט מפאר געווען בראש המסיבה, די געהויבענע געפילן וואס האט זיך געשפּירט ביי יעדן חסיד אז מען דערלעבט ממש דעם אומגלויבליכן מאמענט וואס איז א ווענדפּונקט אין די היסטאריע פון ק"ק גור על אדמת אמעריקע, אז נאך בלויז אכט יאר זינט מען האט מייסד געווען דעם נייעם חדר האלט מען שוין ביי דעם שטאפל אז מען קען שוין פּראווען דעם חגיגת חנוכת הבית.

אין די פריע נאכמיטאג שעה'ן האט זיך אנגעהויבן דער שטראם פון פילע טויזענטער חסידי גור פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערזי בכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע, אנשים נשים וטף, וועלכע האבן איבערגעפילט די גאסן פארנט פונעם ריזן בנין התלמוד תורה ביים ווינקל פון די 12'טע עוו. און די 63'סטע גאס אין בארא פּארק, אויף א מוסטערהאפטן ארדענונג יעדער על מחנהו ועל דגלו וואס איז געווען קאארדינירט מיט די עסקנים און די פּאליצייאישע באאמטע וועלכע האבן צוליב דעם ריבוי העם בליעה"ר געדארפט פארשליסן עטליכע גאסן. א ספּעציעלן רושם האט געמאכט די אנוועזענהייט פון די לעכטיגע תינוקות של בית רבן תלמידי התלמוד תורה אמרי אמת, וועלכע זענען געקומען אנגעטוהן בבגדי שבת און מיט קרוינען אויף זייערע קעפּ, זייענדיג די הויפּט מחותנים ביי די גרויסע שמחה פונעם חנוכת הבית פון זייער חדר וואו זיי וועלן שטייגן אין תורה וחסידות על דרך רבותינו הק' לבית גור.

נאך א קורצע צייט האט דער גאנצער ציבור זיך אויפגעשטעלט בהדרת קודש און מקבל פנים געווען פני קדשו פון מלכם וראשם דער נשיא המוסד כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, וואס אי' שוקל ואי' סופר צו שילדערן די עמאציאנאלע געפילן וואס האבן באהערשט יעדן איינעם פון די טויזענטער משתתפים וועלכע האבן געשפּירט ווי מען לעבט אצינד מיט א היסטארישן מאמענט ווען מלך ביפיו תחזינה עינינו, דער רבי שליט"א געקומען לבקר בהיכל קדשו לרעות בגנים און שניידן די פירות פון זיין הייליגע הארעוואניע במשך די לעצטע אכט יאר זינט די התייסדות פון די תלמוד תורה, ביי פילע האט מען געזעהן טרערן פון שמחה וואס זיי האבן נישט געקענט צוריקהאלטן נאכ'ן זוכה זיין מיטצולעבן אזעלכע הייליגע רגעים בחדוותא עילאה.

במשך דעם מעמד האבן געשטראמט פילע מגדולי אדמור"י ורבני העיר וועלכע זענען געקומען זיך מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה פונעם גערער רבי'ן שליט"א און קהל עדת צאן מרעיתו, חסידי גור וועלכע בילדן אזא געוואלדיגן חלק פונעם רוחניות'דיגן הצלחה פון די שטאט בארא פּארק, צווישן אנדערע האבן זיך אנגעזעהן כ"ק מרנן האדמורי"ם שליט"א מבאבוב-45, צאנז-קלויזנבורג, ראחמיסטריווקא, וויזניץ ב"פ, טשערנאביל, לעלוב, אמשינוב אמעריקא, סקאליע, אונגוואר, ספּינקא, אבד"ק אמונת ישראל, דומ"ץ באבוב, הגה"צ רבי מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא בארא פארק, און נאך.

דורכאויס דעם געהויבענעם מעמד האט מען געהאט די זכי' צו הערן דרשות און דברי חיזוק פון א צאל חשובי העדה, צום ערשט האבן אויפגעטראטן מיט דברי פתיחה די מנהלי המוסד הרב דוד שמידט און הרב ר' אהרן דוד קופּלוביץ, און דאן האט פארגעזאגט פסוקי תהלים הנגיד ר' משה עקשטיין מגדולי התומכים פונעם מוסד.

דערנאך האט אויפגעטרעטן הרב חיים פאמעראנץ דער מייסד פונעם תלמוד תורה, וועלכער האט מיט א קול געשטיקט פון טרערן אויסרופן אז אנדערש ווי איבעראל אין די גאנצע וועלט וואו די קהלה שטעלט אוועק מוסדות, איז דא געווען א זעלטן היסטארישע פאקט אז די תלמוד תורה אמרי אמת האט גאר אוועקגעשטעלט פונדאסניי ברוב פאר והדר די גערער קהלה אין אמעריקע! ער האט געשילדערט וויאזוי די אומשטענדן האבן געפירט אז מען האט געדארפט איבערלאזן אן עקזיסטירנדען מוסד און אנהייבן פונדאסניי בלויז מיט די איינע וויזיע אוועקצושטעלן א דור פון חסידים ואנשי מעשה אויפ'ן אמאליגן שטייגער, מען האט אנגעהויבן מיט בלויז געציילטע תלמידים און רוב עלטערן האבן פשוט מורא געהאט צו שיקן אינעם נייעם חדר, אבער דער זכות פונעם רעיא מהימנא קדישא דער רבי שליט"א איז בייגעשטאנען די גאנצע צייט צו די האנט, ביז מען האט מיט אויסטערלישע סייעתא דשמיא זוכה געווען אז אצינד אכט יאר שפעטער שטייט דא דער הערליכער בנין התלמוד תורה אמרי אמת מיט'ן גאנצן פּראכט און געבוי.

דערנאך האבן אויפגעטרעטן דעם רבינס קינדער הרה"צ ר' נחמי' אלתר און הרה"צ ר' ישראל מנחם אלתר, וועלכער האבן מיט רירנדע ווערטער ארויסגעברענגט די זכי' אז נאך אזויפיל שווערע הארוואניע בדמי"ם תרתי משמע האט דער רבי שליט"א דערלעבט משאת נפשו הטהורה אז אויך אין בארא פּארק זאל זיך געפינען א גערער חדר, וואס ציהט אויף א דור פון חסידים ואנשי מעשה גענוי ווי די פילע גערער חדרים אין ארצנו הקדושה סיי מיט'ן זעלבן דרך הלימוד און סיי מיט'ן חסיד'ישן לבוש.

אזוי אויך האבן אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דרשות דער מרא דאתרא הגה"צ ר' הערשל רוטנבורג שליט"א רב דחסידי גור אין אמעריקע, דער ראש הישיבה הגאון ר' ישראל משה אלעווסקי שליט"א זוהן פונעם אומפארגעסליכן גערער ראש ישיבה להבחל"ח הגאון ר' דוד אלעווסקי זצ"ל, און הגאון ר' יעקב חיים אברמוביץ שליט"א מפארי וחשובי הקהלה.

דערנאך האט מען געהערט דעם דבר המייסדים פון הנגיד החסיד ר' מאיר פריי, וועלכער האט מיט ערהאבענע ווערטער ארויסגעברענגט בשבחם פון די עמודי התווך פונעם מוסד זאגנדיג אז אין די היסטאריע איז נאך אפשר נישט געווען אזוינס אז געציילטע יחידי סגולה זאלן זיך אזוי צושטעלן צו זיין א רוקנביין פאר א מוסד מיום הווסדה און זאלן דערפאר כמעט נישט נעמען קיין אנערקענונג, ער האט צווישן ארויסגעברענגט במיוחד די משפחות קליין, ווייץ, עקשטיין, און בלימאן, צו וועמנ'ס זכות עס קען נזקף ווערן דאס אז מען איז אנגעקומען צום יעצטיגן מאמענט, און ביים ענדע האט ער אויסגעשריגן מיט פּאטאס בשם דעם גאנצן ציבור אז אין א בחינה פון הבאת ביכורים פאר'ן כהן וויל ער אויסדריקן רגשי הודאה פאר'ן כהן שבימינו דער רבי שליט"א, וועלכער האט אזויפיל געטוהן פאר אונז אלע לרומם קרן קהלתנו.

צום לעצט האט אויפגעטרעטן הנגיד ר' יעקב קליין בעל אכסניא פון רבי'ן שליט"א, וועלכער האט געשילדערט איבער די אומערמידליכע ארבייט וואס די הנהלת התלמוד התורה האט אריינגעלייגט אהערצושטעלן אזא פּרעכטיגע הערליכע געביידע, וואס איז במשך די לעצטע אכט יאר געווארן ממש ווי איבעגעקערט פון א חלום צו א מציאות.

דאן איז געקומען דער סאמע-הויכפּונקט פונעם מעמד ווען מען האט זוכה געווען צו הערן ברכת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, דער ריזיגער ציבור האט באימה ודומי' זיך צוגעהערט צו יעדעס פון רבי'ן וועלכער האט אנגעוואונטשן דעם גאנצן ציבור מיט אלע גוטע השפעות ברוחניות ובגשמיות, תורה ויראת שמים, הצלחה, און נחת פון די קינדער.

נאך די ברכת הקודש האט זיך דער גאנצער ציבור געשטעלט אין א שורה אריבערצוגיין כבני מרון פארנט פון רבי'ן שליט"א להתברך בברכת התורה, וואו במשך א שעה צייט האט דער רבי פארטיילט פירות פאר די ערוואקסענע און זיסווארג פאר די קינדער.

מיט געהויבענע געפילן איז דער גאנצער ציבור זיך צוגאגנגען פון דעם געהויבענעם מעמד, וואס ביי יעדן איינעם פון די טויזענטער באטייליגטע וועט דאס קיינמאל נישט ארויסגיין פון זכרון נאר פארבלייבן אויף שטענדיג.

אשרי עין ראתה כל אלה.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00