הויפט בלאט באריכט חסידי סקווירא באגריסן פריידיג רעוואלוציאנערנדע שפארזאמע חתונה תקנות פראלאמירט ביי אסיפה רבתי "שמחה בשלימות"

חסידי סקווירא באגריסן פריידיג רעוואלוציאנערנדע שפארזאמע חתונה תקנות פראלאמירט ביי אסיפה רבתי "שמחה בשלימות"

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' נשא • ט' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


טויזנטער חסידי סקווירא תושבי שיכון סקווירא האבן זיך פארלאפענעם וואך פארזאמלט אויף א אסיפה נחוצה מיט'ן נאמען "שמחה בשלימות", וואס איז אפגעהאלטן געווארן דורך מפעל שובע שמחות שע"י קהל צמח דוד דשיכון סקווירא, דערביי אראפצושטעלן און אימפלענטירן דעם וויכטיגן פראיעקט אינערהאלב ק"ק סקווירא צו פארגרינגערן פאר מחותנים צו קענען חתונה מאכן מיט הרחבת הדעת ובדרך כבוד.

אין די טעג בעפאר די אסיפה זענען די ראשי הקהילה און די חברי הוועד אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואס האט משמיע געווען לענגערע דברות קודש און הדרכה איבער די נחיצות פונעם פלאן, ארויסברענגענדיג מיט ווייטאג דאס וואס רוב הציבור ווערן גרויסע בעלי חוב נאכן חתונה מאכן א קינד, און די וויכטיגקייט פון לעזען די פראבלעם מיט א כח הרבים, אז אפילו די בעלי יכולת זאלן שפארן די חתונה הוצאות און דערמיט גומל זיין חסד מיט די אנדערע אידן, און די געוואלדיגע תועלת דערפון ברוחניות ובגשמיות.

נאך די שטארקע אפקלאנג פון די דברים יוצאים מן הלב האבן זיך כלל תושבי השיכון צוזאמגענומען אויף א זמן קהילה לכל און מיט געשפאנטע געמיטער האט מען ארויסגעקוקט צו הערן די פרטים פון די נייע תקנות און הנהגות וואס זענען אוועקגעשטעלט געווארן בסייעתא דשמיא.

שטייענדיג אינעם יום המסוגל ער"ח סיון איז די מעמד געפענט געווארן מיט אמירת תפילת השל"ה דורך כל קהלא קדישא וואס איז פארגעזאגט געווארן מיט א קול רגש דורך דעם רבינ'ס בן זקונים הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי שליט"א.

די דבר האסיפה איז געהערט געווארן פונעם נואם בחסד עליון הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש אב"ד ישמח משה אין קרית יואל חדב"נ כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס האט מיט זיין לשון לימודים איינגעשפאנט דעם ציבור איבער דעם ברענעדיגן נושא, און מיט זיין הפלאדיג'ן שפראך ארויסגעברענגט די שווערע מצב ווי די הוצאות שטייגן אן קיין הגיון מיט א פזרנות יתירה.

דערנאך האט אויפגעטרעטן העסקן ר' אהרן יודל טויב הי"ו חבר הוועד ומבריחי התיכון וואס האט ארויסגעברענגט די פרישע תקנות און הנהגות און צוגאב צו די תקנות וואס מען האט שוין אין די לעצטערע יאהרן געשפארט ריזיגע געלטער, ווי צום ביישפיל די שמחות התנאים וואס איז צוגעשטעלט אויף גאר א ביליגע פראז, און די ביליגע DJ סיסטעם, די CZ רינגעל, און נאך אסאך קאסטן וואס מ'האט גענשיטן דורך די יארן לטובת ולהנאת הציבור, און אצינד גייט מען זיך צו ריקן ווייטער מיט די פרישע פיר תקנות וואס זענען באשטעטיגט געווארן נאכן זיך שואל עצה זיין מיטן דעת הקהל.

די ערשטע תקנה נעמליך אז מהיום והלאה וועלן די שבת אופרויף פארקומען אין שטוב פון דעם אבי החתן בלויז מיט די השתתפות פון די נאנטע משפחה פונעם חתן, און די שבת שבע ברכות נאר מיט די געשוויסטער פון די חתן כלה. צום איבעראשונג פונעם ציבור האט ר' אהרן יודל געמאלדן אז די הנהלת המוסדות אינאיינעם מיט קופת 'שקל הקודש' וועלן באנייען ספעציעלע שמחה זאלן אינערהאלב די בניני המוסדות בלויז פאר בעלי שמחות וואס וועלן אפרעכטן די שבת שבע ברכות לויט די פרישע תקנות פארן שפאט ביליגע פרייז פון 3,500 דאלער.

די פרייז פון די צירונגען פאר די כלה טאר בשום אופן נישט קאסטן העכער 5,500 דאלער, אויך די מעבל פאר די פארפאלק ביז מערסטענס 6,000 דאלער.

די משתתפים האבן ערהאלטן א רייכע בראשור מיט די דעטאלירטע פרטים פון די הנהגות די אלטע און נייע וואס זענען נוגע אנגעהויבן פונעם שידוך שליסן ביז נאך די שבע ברכות, און די ציבור האט פארלאזט די אסיפה מיט אן אויפגעהייטערטע געפיל, און מיט אנטשלאסנקייט זיך געמיינזאם מקבל געווען צו גיין פולשטענדיג מיט די תקנות, צו קענען פראווען שמחות מיט אן אמת'ע שמחה, פריי פון דאגות.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00