מיטוואך פ' נשא • ח' סיון תשפ"ה – אסרו חג שבועות | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
דיו אילו ימי איז נישט מעגליך צו שילדערן די געפילן פון התרגשות ביי טויזנטער חסידי וויזניץ זייענדיג נאך אונטער די טיפע רושם נאכן מיטלעבן די געהויבענע יום טוב שבועות בצל הקודש פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס האט געפראוועט דעם יום טוב בקרב עדת צאן מרעיתו אויף א דערהויבענעם פארנעם העכער אלע ערווארטונגען, מיט רגשי התעלות והתרוממות במקהלות טויזנטער חסידים מכל קצוות תבל ובאו כולם בברית יחד האבנדיג די זכיה מיטוצהאלטן די געהויבענע מעמדי קודש בצילא דמהימנותא עילאה כימי קדם, די ריקודין קדישין, און ביים ונשמע קולו בבואו אל הקודש ווען מען האט געהאט די זכיה צו הערן דעם קול חוצב להבות אש ביי די אקדמות און די תפילות זכאין כד שמעתון, שבח דא שירתא.
נאך לענגערע חדשים וואס דער רבי איז געוועהן מלך אסור ברהטים, זייענדיג בריחוק מקום צוליב זיין שווערן מצב הבריאות האט זיך ווי ארויסגעשריגן רגשי שבח והודאה צום בורא עולם עד הנה עזרונו רחמיך אז מאיז זוכה נאך אזעלכע שווערע חדשים אז די רבי שליט"א פראוועט דעם יום טוב כמימים ימימה און מיט א תפילה אויף ווייטער ואל תטשנו ה' אלוקינו לנצח.
ערב יום טוב נאכמיטאג איז די רבי ערשינען אין ביהמ"ד הגדול אויף א ספעציעלע מעמד מיט די ילדי החמד, די טויזנטער צאן קדשים. די קינדער האבן געזינגען ווארימע ניגונים, און די רבי משמיע געווען מדברות קדשו און מחזק געווען די קינדער זיך מדבק צו זיין אין די מידת האמת והענווה, און אנגעוואונטשן ברכות קדשו לרוב.
דערנאך האט די רבי אנגעהויבן הודו פון מנחה ערב יום טוב. נאך מנחה און ספר רביעי שבתהילים, ווען עס איז נאך געבליבן עטליכע מינוט צום זמן צאת הכוכבים האט די רבי שליט"א אנגעהויבן ניגוני יום טוב שבועות, און דאן מיט א קול געשטיקט פון טרערן אנגעהויבן "ברכו" און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מעריב, ווען א התרגשות נעמט ארום דעם גאנצן ציבור.
נאך מעריב האט די רבי מקדש געווען על הכוס אויפן פלאץ מיט אן אש קודש, בפרט ביי שהחיינו ווען א סקרוך איז דורכגעלופן אין די ביינער, מיט טיפע געפילן שהחיינו וקיימנו והיגיענו לזמן הזה. דערנאך האט די רבי זיך געוואשן צום סעודה, מען האט אויפגעגעבן פיש, מען האט געזינגען ניגוני שמחה ואהבת התורה, און די רבי האט משמיע געווען דברות קודש מעניני דיומא.
נאכן בענטשן האט מען איבערגעגעבן די קוויטלעך מיט די נעמען פון די תורמים פונעם קופת הקהל 'להחזיקם ולהחיותם', ווי די רבי האט אנגעוונטשן מברכות קדשו פאר די תומכים, און מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן מיט די ניגון פון 'קדרותא דצפרא'.
באשמורת הבוקר נאך תיקון ליל שבועות איז פארגעקומען די מעמד פון 'קדרותא דצפרא' און די ריקודין כנהוג אין וויזניץ, אין שפיץ פונעם רבינ'ס קינדער אין חצר פון ביהמ"ד הגדול.
בעיצומו של יום האט די רבי יורד געווען לפני התיבה צו הקל בתעצומות און הלל, בעפאר קריאת התורה האט דער משמש בקודש הרב שאול גרינבערגער אויסגערופן בנוכחותו פונעם רבי'ן שליט"א אז היות דער עת רצון פון פתיחת הארון איז א זמן מוכשר אז די תפילות זאלן אנגענומען ווערן לרחמים ולרצון, זאל מען אינאיינעם זאגן שיר המעלות ממעמקים אויפן נוסח ימים נוראים למען בריאותו האיתנה פונעם רבי'ן שליט"א.
א שטילקייט האט ארומגענימען דעם גאנצן ארום ווען די רבי שליט"א האט פארגעזאגט 'אקדמות' בקול חוצב להבות אש, וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ"ד פון איין עק צום צווייטן, ווען די רבי האט מיט גרויס בכיות פארגעזאגט די הייליגע פיוט פיל מיט שבח והודאה שבח רבון עלמא אמירא דַכותא.
די רבי האט עולה געווען די עליה פון עשרת הדברות, און גיסו הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א האט געדאוונט מוסף פארן עמוד, נאך מוסף האט מען באלד געדאוונט מנחה, דערנאך האט מען געזינגען פרייליכע ניגוני שבח והודאה און די רבי האט געוואונטשן גוט יו"ט פארן גאנצן ציבור.
די מילכיגע קידוש און סעודת יום טוב האט די רבי געפראוועט בחדרו הפרטי מיט די בני משפחת המלוכה, און מוצאי יום טוב האט די רבי געדאוונט מעריב און געמאכט הבדלה מיט די בני המשפחה.
מוצאי יום טוב איז די רבי שליט"א ערשינען במלוא הדרו בהיכל ביהמ"ד הגדול, וואס איז געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה עד אפס מקום מיט טויזנטער חסידים און פילע תושבי העיר ומחוצה לה וואס האבן זיך פארזאמלט לחזות בנועם השם, די רבי איז ארויף אויפן בימה מיט א שמחה אויסגעגאסן אויפן פנים ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת הזמר שישו ושמחו בשמחת התורה, און תיכף זיך ארויסגעלאזט אין א קאדאטשקע טאנץ, ווען די ציבור ווערט עלעקטעזירט פון גרויס התרגשות, היינו כחולמים ווי די רבי טאנצט מיט אזא ברען, למעלה מכוחות אנושי.
די טיש האט זיך פארצויגן פאר גאנצע פיר שעה העכער אלע ערווארטונגען, ווען די רבי איז איינגעהילט אין אן התרוממות עילאה. בשעתן טיש האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פיר מאל, אינצווישן זיי האט מען געזינגען די גערער ניגון שמחה לרגל די יארצייט פונעם אמרי אמת זי"ע, ווען די רבי טאנצט אהין און צוריק מיט גרויס דערהויבנקיט, באזונדער איז די רבי געטאנצן מיט די צענדליגע חתנים וואס האבן חתונה די קומעדיגע חודש סיון.
בשעת'ן טיש האט די גבאי ר' שאול גרינבערגער אויסגערופן בפקודת הקודש אז צוליב די שווערע מצב וואס הויערט אויף די עולם התורה מיט די ביטערע גזירת הגיוס זאלן די חסידים זעהן צולייגן א פלייצע און זיך אנצושליסן ווארעם בעין יפה צו ראטעווען די עולם הישיבות פון צוזאמבראך. די בחורים זאלן זיך נישט צוטוהן מאכן צו קיין שום "צו גיוס" און זיך נישט שטעלן אינעם לשכת הגיוס, דערביי האט מען אויסגעבראכן אין א געזאנג 'ישועת השם כהרף עין'.
במשך דעם שולחן הטהור האט מען געזינגען פיל ניגוני תורה און ניגוני שבח והודאה, און די רבי האט צוויי מאל משמיע געווען מדברות קדשו ארומרעדנדיג איבער לעבן מיטן באשעפער, און לעבן תורה'דיג, און מרחיב געווען במשנתו הטהורה פונעם בעל הילולא מרן אור שבעת הימים די בעל שם טוב הק' זי"ע, דערביי האט די רבי מכבד געווען הרה"ח ר' שמואל יוסף ברעכער מזקני החסידים פארצוזינגען דעם ניגון 'צווישן קאסוב און וויזניץ' וואס ברענגט ארויס קורות ימי חייו פונעם בעש"ט הק' זי"ע, אויך האט די רבי געהייסן בדחנא דמלכא ר' מאיר שטיין פארצוזינגען די ספרדישע פיוט 'אשורר שירה לכבוד התורה' און נאך ספרדישע ניגונים.
גרויס התעוררות האט געהערשט ווען די רבי האט פארגעזינגען חזן וקהל דער ניגון 'ברוך הוא אלוקינו' כנהוג אום יום טוב שבועות, און דערנאך ווען די רבי האט פארגעזינגען חסל סידור פסח, אלס אן השלמה פונעם יום טוב פסח וואס מען האט נישט געהאט די זכיה צו הערן מפי הקודש, און ווי די חסידים צייכענען צו האט די אמרי חיים פארגעזינגען עטליכע מאל דעם זמר חסל סידור פסח אום יום טוב שבועות ביים נעילת החג, באטאנענדיג אז שבועות איז דער סיום פון יום טוב פסח.
עס איז געווען שוין נאך איינס אזייגער אויפדערנאכט ווען מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה, און די ציבור האט זיך קוים געקענט שיידן פונעם געהויבענעם יום טוב.