הויפט בלאט באריכט פרעכטיגע "קשר אחד" דינערס דורך איחוד מוסדות באבוב-45 צייכנט אפ צוואנציגסטע יאר פון הרבצת תורה וחינוך

פרעכטיגע "קשר אחד" דינערס דורך איחוד מוסדות באבוב-45 צייכנט אפ צוואנציגסטע יאר פון הרבצת תורה וחינוך

געשריבן דורך admin

מוצאי שב"ק פ' במדבר • ג' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט גייסטרייכע הרגשים האבן אלפי חסידי באבוב-45 מיטגעלעבט די אינהאלטסרייכע און אייגנארטיגע יערליכע דינער להחזקת המוסדות, וואס איז אויך היי-יאר אהערגעשטעלט געווארן אין א פארמאט פון 'זעקס קלענערע דינערס', דורכאויס די וואך פון פרשת במדבר.

זונטאג פאר די אברכים צעירים נאך די חתונה, מאנטאג פאר די עלטערע אינגעלייט, דינסטאג פאר בעלי בתים, מיטוואך פאר די עלטערע אידן זקני העדה, באזונדער פאר די עמודים – די גרסערע נדיבים און באזונדער פאר די חסידים תושבי וויליאמסבורג.

די סעריע דינערס האבן געטראגן דעם נאמען "קשר אחד – עשרים שנה", אפצייכענענדיג מיט התרגשות די צוואנציגסטע יאר פון הרבצת תורה וחינוך פאר טויזנטער תלמידים ותלמידות, תחת דגלו הטהור פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, אפגעבנדיג א שבח והודאה צו השי"ת אויפ'ן פרעכטיגן אופבלי און וואונדערליכער וואוקס פון די הייליגע מוסדות לשם ולתפארת.

דער וועלט בארימטער מחנך און דרשן הרב ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א אינאיינעם מיט דער טאלאנטפולער זאמד-מעהלער הר"ר אהרן זאב בערנשטיין שיחי', האבן געהאלטן דעם ציבור געשפאנט מיט אן אינהאלטסרייכע פרעזענטאציע, באגלייט מיט די פערל ווערטער בין גברא לגברא פון דער פארזיצער פון די מעמדים, הר"ר וועלוועל פעלדמאן שיחי' און נאך, אלעס אונטער די קלאנגען פון היימישע נגינה, און אין א הערליך באצירטן זאל ביי עלעגאנט געדעקטע טישן אויף וועלכע עס איז סערווירט געווארן ברייטע סעודות כיד המלך.

דאן האט מען יעדע נאכט געהערט דעם דעטאלירטן רעפאראט פונעם בודזשעט דורך הרב בנציון יוסף ריינהאלד, מנכ"ל פונעם פאנדרעיזינג אפיס און יו"ר מגבית קשר אחד".

דערנאך האט מען מיט יראת הכבוד זוכה געווען צו הערן די דברות קודש מלהבות אש פונעם נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, דברי התחזקות והדרכה צוגעפאסט צום גיל פון יעדע נאכט. ביים דינער פאר די צעירי האברכים אין די קהילהה האט די רבי משמיע געוועהן ספעצילע דברי הדרכה פאר יונגע אינגעלייט, ביים דינער פאר די עלטערע אינגעלייט האט דער רבי משמיע געוועהן דברות קודש בעניני חינוך הבנות והבנות, פאר די בעלי בתים האט דער רבי מרחיב געוועהן איבער די השפעה אויפן קומענדיגן דור די אייניקלעך וועלכע קוקן ארויף אויף זייערע זיידע'ס צו זיין א מוסטער פאר זיי. פאר די זקני העדה האט די רבי ארומגעשמועסט איבער עבודת השם מיט א פרישקייט אפילו אין די עלטערע יאהרן.

צום שלוס האבן די משתתפים געהאט די זכי' אריבערצוגיין מול פני הקודש און חתמ'נען אויף די שטרות אויף די סכומים.

באזונדער איז אפגעהאלטן געווארן די מעמד קשר אחד פאר די חסידים תושבי וויליאמסבורג, קאמבענירט מיט א מסיבת מלוה מלכה דעם פארלאפענעם מוצאי שבת, וואו דער רבי איז ספעציעל ארויסגעקומען און באשיינט בראש, וואו דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת מלוה מלכה און דערציילט סיפורי צדיקים כנהוג.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00