דאנערשטאג פ' במדבר • ב' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר
הונדערטער חסידי וויזניץ זענען זיך די וואך מאנטאג צוזאמגעקומען ביים אסיפה נחוצה 'מגדל עוז', וואס איז פערזענליך פאררופן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס האט משמיע געוועהן דעם דבר האסיפה לענגערע דברות קודש און דברי הדרכה בעניני חינוך הבנים והבנות.
די מעמד איז פארגעקומען אין די גרויסע שטאטישע אודיטוריום אין אלעד, צו וועלכן עס האט זיך פארזאמעלט דער גאנצן ציבור עדת חסידי וויזניץ פון אלע מקומות, ועל פי קריאת הקודש פון רבי'ן שילט"א האבן ביי די אסיפה זיך באטייליגט אנשים ונשים, בעלי בתים און אברכים, וועלכע זענען געקומען נתעורר ווערן פון די וויכטיגע נושאים בעניני חינוך וואס דער רבי שליט"א האט אדרעסירט ביי די אסיפה.
אין די זעלבע צייט האבן זיך די חסידים מעבר לים צוזאמגענומען אין די בתי מדרשים, מיטצוהאלטן די אסיפה דורך א הוקאפ, אין אמעריקא זענען זיך די חסידים פון אלע שטעט צוזאמגעקומען אין א גרויסן זאל אין לינדען וואו מען האט מיטגעהאלטן א הוקאפ פונעם מעמד.
די לענגערע שיחות קודש האט געדויערט קרוב צו פיר שעה, מיט א פערציג מינוטיגע הפסקה אינדערמיט. בין השיחים האט דער רבי אויסגעשמועסט באריכות מערערע נושאים בעניני חינוך און שלום בית, ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער בדרכי נועם בדרך התורה והמסורה און ווי אזוי די עלטערן דארפן זיין א מוסטער און א וועג ווייזער פאר די קינדער ווי אזוי זיך צו פירן. באזונדער האט דער רבי שילט"א ארומגערעדט אין זיינע דברות קודש איבער דאס חשיבות פון א אידישע מאמע און נאך עניני צניעות ביי נשים.
צום שלוס האט מען אינאיינעם געזאגט דעם 'תפלת השל"ה' – אבות על הבנים שטייענדיג ערב ראש חודש סיון וואס איז מסוגל צו בעטן און מתפלל זיי אויף ערליכע קינדער, און דער רבי האט געוואונטשן דעם גאנצן ציבור ברכת קדשו.
עס איז שוין געוועהן נאך חצות הלילה ווען דער מעמד איז געשלאסן געווארן אין א געהויבענעם שטימונג.