נעכטן פארמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א אפגעשטאט א באזוך ביי שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א, וועלכע ערהוילט זיך נאכן דורכגיין אן אפעראציע פארלאפאנעם וואך. די רבי שליט"א האט שואל געוועהן בשלומו און עס איז געשאפן געווארן א שיינעם שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים. דערנאך האט די קאפיטשניצער רבי געצייגט פארן רבי'ן די נייע באנד אינעם סעריע ספרים מלאכי רחמים, תולדות חייהם פון צדיקי בית אפטא און קאפיטשניץ וואס דער רבי גרייט זיך ארויסצוגעבן לאור עולם. נאכן באזוך האבן די רבי'ס געטרינקען לחיים און די באיאנער רבי האט אנגעוואונטשן דעם רבי'ן א רפואה שלימה און ברכת מזל טוב לרגל די געבורט פון אן איר אייניקל, ונפרדו לשלום.