דינסטאג פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
טויזנטער ביזנעסלייט האבן פארלאפענעם דאנערשטאג מיטגעהאלטן דעם העכסט געלונגענעם ״סאטמארק״ ביזנעס טאג וואס האט צונויפגעברענגט עטליכע הונדערט עקזיביטערס און טויזנטער באזוכער סאטמארער חסידים און עמך אידן פון איבער גרעיטער ניו יארק.
זייענדיג אן ערשטמאליגע אונטערנעמונג אינערהאלב ק"ק סאטמאר, האט דאס געצויגן גרויס אינטערעסע און ברייטע שפאנונג איבער די גאנצע חסיד'ישע גאס, וואס האט נאכגעפאלגט מיט הנאה און פארגעניגן דעם בליענדן עקאנאמישן אויפבלי אין די חסיד'ישע וועלט, ובפרט אינערהאלב קהילת סאטמאר, וועלכע מאכן ביזנעס אויף א העכסט סוקסעספולן פארנעם, און זיי זענען ריכטיג מקיים דעם "לכו והתפרנסו זה מזה".
די עקספאו איז אפגעהאלטן געווארן אינעם גיגאנטישן "אר סי סי" סענטער אין ראקלענד קאונטי, ארגאניזירט אין צוזאמארבעט פון די ראשי הנהלת ועסקני קהל יטב לב ד'סאטמאר, וועלכע האבן אריינגעלייגט שווערע כוחות צו געבן די מעגליכקייט פאר די חסידים צו רעפּרעזענטירן און צו פארברייטערן זייער ביזנעסער.
נעכטן זונטאג זענען אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל די ראשי הקהילה אינאיינעם מיט די ארגענעזירער פונעם עקספא, ווי זיי האבן איבערגעגעבן א גריס פון די ערשטמאליגע ביזנעס קאנווענשאן.
דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח די גוטע גריסן וואס מען האט נאכגעהערט פונעם ביזנעס טאג און די ערנסטע געשטעל מיט וואס עס איז צוגעגאנגען, און די שיינקייט פונעם היימישן ציבור וואס כאטש זיי פירן גרויסע ביזנעסער איז עס אבער מיט די גאנצע חסיד'ישע לבוש און חן, און באזונדער ארויסגעברענגט ווי די פאליטיקאנטן באוואונדערן אז מען קען מצליח זיין און זיין גרויסע ביזנעסלייט און עשירים מיט אונזער ערליכע חינוך.