פארלאפאנעם פרייטאג ל"ג בעומר ככלות השבעה צו די פטירה פון הגה"צ רבי יחזקאל שרגא דוד היילפערין זצ"ל דומ"ץ צאנז רמות, איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אנגעקומען מנחם אבל זיין מחותנו כ"ק גאב"ד ראדאמישלא שליט"א, און זיינע קינדער צווישן זיי הגה"צ ר' מרדכי היילפערין שליט"א אב"ד קהל חסידים אין ביתר וואס איז אן איידעם ביים רבי'ן. בין השיחים האט דער ראדאמישלער רב געבעטן פון זיין מחותן דער אמשינובער רבי שליט"א, אז ער זאל אים בענטשן בברכת כהנים, וואו עס האט זיך נוהג געוועהן זיין פאטער הגה"צ המפורסם רבי אלחנן הילפערין זצ"ל מראדאמישלא צו בעטן די מנחמים צו בענטשן בברכת כהנים. דער רבי האט אנגענומען די בקשה, און געוואונטשן ברכת כהנים מיט גרויס כוונה כדרכו בקודש.