הויפט בלאט באריכט האד' מסאדיגורא אנגעקומען קיין מירון; שמחת החאלאקע לבנו הגדול פון רבי'ן אפגעראכטן בליל ל"ג בעומר

האד' מסאדיגורא אנגעקומען קיין מירון; שמחת החאלאקע לבנו הגדול פון רבי'ן אפגעראכטן בליל ל"ג בעומר

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' בהר בחקותי • כ"ד אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


מיט א פייערליכע שטימונג פון המשכת שלשלת הקודש האבן חסידי סאדיגורא זוכה געווען מיטצולעבן די שמחת החאלאקע במעון הקודש פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, וועלכער האט דעם ל"ג בעומר זוכה געווען צו חאלאקן זיין עלטסטן זון, היניק פרע"ח כמר ישראל משה נ"י, וועלכער טראגט דעם נאמען נאך אביו הגדול כ"ק אדמו"ר בעל עטרת ישראל מסאדיגורא זצ"ל.

כרצון קדשו פונעם רבי'ן שליט"א איז די שמחה אפגעראכטן געווארן אויף א באשיידענעם אופן, נאכ'ן מעמד ההדלקה בצל קדשו.

צום מעמד ההדלקה דאנערשטאג נאכט איז דער רבי שליט"א ערשינען מלובש מיט'ן שטריימל, לכבוד די נאכפאלגנדע שמחת החאלאקע, און ביים ענדע פון די הדלקה האט דער ראש ישיבה הרה"ג ר' יוסף צאהלער אנגעוואונטשן דעם רבי'ן לכבוד די גרויסע שמחה.

שפעטער ביינאכט איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן שליט"א די שמחת החאלאקע בלויז מיט די קרובי המשפחה און אן ענגע צאל מקורבים, דער רבי שליט"א האט אפגעשוירן דאס קינד און דערנאך מכבד געוועהן די אנווענזנדע קרובי המשפחה.

במשך די וואך איז פארגעקומען דער "חדר פירן", ווען דער רבי שליט"א האט אריינגעפירט דעם חתן החאלאקא אין חדר, צו זאגן די א"ב און לעקן האניג, כמנהג ישראל תורה.

פארמיטאג איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ת"ת עקבי אבירים סאדיגורא, ווען די ילדי הכתה זענען מקבל פנים דעם רבי'ן בשירה וזמרה, בעת דער רבי שליט"א קומט אריין מיט'ן זון ארומגענומען מיט'ן טלית.

דערנאך האט דער מלמד אנגעהויבן מיט די לימוד הא"ב ישר והפוך, און דערנאך די אותיות אמ"ת, און דערנאך געגעבן צו לעקן האניג כנהוג. צום שלוס האט דער רבי שליט"א טועם געווען לעקיך און ברוינפן און מאציל געווען ברכת קדשו פאר'ן מלמד און פאר'ן מנהל הרב צבי הערשל גוטמאן, און מ'האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן מיט ניגוני שמחה.

זונטאג נאכמיטאג איז די רבי שליט"א ארויסגעפארן קיין מירון בראש קהל חסידיו, דער רבי איז אריין אינעם מערה וואו ער האט מתפלל געווען לישועת הכלל והפרט און גענומען קוויטלעך פון די חסידים, ביים ארויסגיין האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין א ריקוד אינעם חצר פונעם מערה אויף די ניגונים און פיוטי ל"ג בעומר.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00