דינסטאג פ' בהר בחקותי • כ"ב אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: בצל הקודש סאטמאר
בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, איז נעכטן פארגעקומען א מעמד התמנות, וואו דער רבי האט ממנה געוועהן הרה"ג המפורסם רבי שמעון שאול יחזקאל שווארטץ שליט"א אלס דומ"ץ ביהמ"ד החדש 'לב אהרן' דקהל יטב לב אין שטאט בארא פארק.
הרב הגאון ר' שאול יחזקאל שליט"א איז א זוהן פון הגאון הגדול רבי אברהם יונה שווארטץ שליט"א גאב"ד וויען עסטרייך, און אן איידעם ביי הגה"צ אבד"ק דעברעצין שליט"א, ביז היינט האט ער געדינט אלס דומ"ץ דק"ק דעברעצין זייענדיג פון די אויסגערופענע מורי הוראה אין שטאט בארא פארק.
שוין עטליכע יאר וואס דער חשובער דיין שליט"א האט אנגענומען די פערזענליכע בקשה פונעם סאטמארער רבי'ן שליט"א און געט אוועק טעג און נעכט צו העלפן מדריך זיין די מורי הוראות אין קרית יואל מיט זיינע שיעורים און הדרכות. אזוי אויך איז דער חשובער דיין מפורסם מיט זיינע שיעורים כסדרן פאר בעלי בתים ואברכים די אלע יארן כולם שוים לטובה.
ביי א באשיידענע מעמד התמנות בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן שליט"א, מיט די באטייליגונג פון די ראשי וגבאי הקהילה, האט מען געטרינקען לחיים און עס האבן אויפגעטרעטן עטליכע פון די חברי הנהלת הביהמ"ד. דערנאך האט דער נייע דיין שליט"א אויפגעטראטן מיט קורצע ווערטער און ארויסגעברענגט מיט התרגשות די זכי' צו קענען שטיין בראש פונעם ביהמ"ד און מיט א תפילה צום רבוש"ע שלא יצא מכשול מתחת ידו. דער רבי האט דאן געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן דיין ובני משפחתו, און פאר די הנהלת ועסקני הביהמ"ד. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברות קודש און אנגעוואונטשן ברכת הקודש פארן נייעם דומ"ץ הביהמ"ד ער זאל קענען מרומם זיין די כח התורה ותפילה אינעם ביהמ"ד און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי זיך טעלעפאניש פארבינדן מיט ידידו ורעו הגה"צ גאב"ד וויען עסטרייך שליט"א און אנגעוואונטשן לרגל די התמנות. די עסקני הביהמ"ד האבן געצייגט די סקיצעס און פלענער פארן נייעם גרויסן ביהמ"ד וואס האלט אין די ערשטע בוי פאזעס, און איבערגעגעבן א באריכט איבער די גרויסע געברויך פארן ביהמ"ד, און די פלענער זיך אריין צו ציען אין די קומענדיגע וואכן אין א צייטווייליגע ביהמ"ד אויף ביז די בנין ווערט פארענדיגט להגדיל תורה ולהאדירה, דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און ארויסבאגלייט דער דיין שליט"א ביז צום טיר.