מאנטאג פ' בה"ב • כ"א אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
חסידי סאטמאר תושבי לאנדאן האבן מיטגעלעבט געהויבענע טעג בצילו פונעם אורח הדגול הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס איז אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין לאנדאן הבירה לרגל די שמחת הקידושא רבא פון א אייניקל, און צו דעם געלעגנהייט געפראוועט די ימי האורה יום טוב ל"ג בעומר בקרב חסידי סאטמאר אין שטאט.
דאנערשטאג צופרי האט דער רב שליט"א געלאנדעט אינעם לאנדאן היטראו לופטפעלד, וואו עס האבן אפגעווארט די ראשי הקהילה וחשובי פני העדה און פילע חסידים וועלכע האבן שלום גענומען פונעם רב שליט"א, פונעם לופטפעלד האט מען זיך ארויסגעלאזט צום אכסניא בבית הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו ראה"ק סאטמאר לאנדאן, שפעטער איז דער רב אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין שטאט צו תפילת שחרית, ביים ליינען האט דער רב שליט"א עולה געווען שלישי און גומל געבענטשט, און נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער שלום נעמען.
אין לויף פונעם טאג האט די רב באזוכט ביי די רבני העיר צווישן זיי הגה"צ רבי משה מנחם ווייס אבד"ק סאטמאר לאנדאן, הגה"צ רבי זאב פעלדמאן רב דקהל תורה עץ חיים לאנדאן, הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס נשיא ישיבת תורת חסד, הגאון רבי שמעיה לעוו ראש הכולל סאטמאר לאנדאן, און ביי מחותנו הגה"צ רבי חיים לייבוש באב"ד ראש ישיבת תורת חסד.
אין די אווענט שטונדן איז דער רב שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה ווי עס זענען געווען פארזאמלט א גרויסן ציבור תושבי העיר און חסידי סאטמאר פון די ארומיגע געגענטער וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם מעמד ההדלקה בראשות דעם רב שליט"א, נאך מנחה האט הגה"צ אב"ד סאטמאר לאנדאן שליט"א אויפגעטרעטן און מיט פאסיגע דיבורים און מקבל פנים געווען דעם אורח הדגול און ממשיך געווען מיט דברי הכנה צום געהויבענעם מעמד ההדלקה.
דערנאך האט מען פארקויפט די זכותים פונעם הדלקה, די זכות ההדלקה איז געווארן אפגעקויפט דורכ'ן ראש הקהל הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו לכבודו פונעם רב שליט"א, דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב, און דער רב שליט"א האט געציילט ספירה פאר'ן עמוד.
נאך מעריב איז מען ארויס צום שטח ההדלקה בחצר הביהמ"ד וואו דער רב שליט"א האט משמיע געווען פייערדיגע דיבורים לכבוד היום, און ארומגערעדט איבער דעם גרויסן טאג און וויפיל מ'קען זיך אלץ אויסבעטן און אויס'פועל'ן בזכות התנא האלוקי. נאכן זינגען ניגוני התעוררות, האט די ראש הקהל הרה"ח אשר זעליג לעוו הי"ו איבערגעגעבן דעם פאקל פאר'ן רב מיט וואס דער רב האט אנגעצינדן דעם מדורת אש לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, און דערנאך מכבד געווען הגה"צ אב"ד סאטמאר לאנדאן שליט"א צו צינדם. עס האט נאכגעפאלגט מיט ריקודי קודש בעוז ותעצומות, דער רב איז געטאנצן פאר לענגערע מינוטן אויפ'ן אויבנאן, און געהויבן דעם ציבור זקנים עם נערים ווען דער גאנצער ציבור טאנצט לקראתו זיך פרייענדיג בהאי יומא דקא גרים בהילולא דבר יוחאי, דערנאך האט מען געזינגען די פיוטי ל"ג בעומר, און ממשיך געווען צו טאנצן אויף ניגוני שמחה, ביז קרוב לחצות הלילה.
פרייטאג אינדערפרי ביום ל"ג בעומר האט דער רב שליט"א געדאוונט שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה קטנה, נאכן דאווענען האט זיך דער רב שליט"א געוואשן צום סעודה לכבוד היום, הגה"צ אב"ד סאטמאר לאנדאן שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה לכבוד היום, און דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידי הישיבה מיט הדרכות ישרות. נאכן סעודה האט דער רב פארטיילט געבענטשטע מטבעות בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א פאר די בחורים וואס האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות בעניני טעכנאלאגיע.
פון דארט איז דער רב צוגעפארן אויף א באזוך אינעם התלמוד תורה און דארט געפראוועט א מעמד הדלקה לכבוד ל"ג בעומר אינאיינעם מיט די ילדי תשב"ר.
נאכמיטאג איז אריבערגעקומען בבית האכסניא הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו מראה"ק סאטמאר אין מאנטשעסטער וואס האט איבערגעגעבן א דעטאלירטע באריכט איבער די שריפה וואס האט אויסגעבראכן פארגאנגענעם ווינטער אין סאטמארער ביהמ"ד אין מאנטשעסטער , די פראיעקט צוריקצושטעלן דעם ביהמ"ד על מכונו, און די פלענער איבער דעם היכל התורה לב אהרן וואס מען גרייט זיך צו באנייען בקרוב.
שבת איז אפגעראכטן געווארן אויף א געהויבענעם שטייגער, די רב האט יורד געווען לפני התיבה צו מנחה ערב שבת, און געציילט ספירה פארן עמוד. די סעודת ליל שב"ק האט ער געפראוועט אינעם עזרת נשים פון ביהמ"ד מיט די תלמידי ישיבה גדולה, ווו דער רב שליט"א האט במשך די סעודה משמיע געווען דברי הדרכה פאר די בחורי חמד. נאכן סעודה איז דער רב אראפגעגאנגען אין ביהמ"ד צום באטע אינאיינעם מיט כל קהלא קדישא וואו מ'האט ממשיך געווען מיט ניגוני שבת, און דער רב שליט"א האט געזאגט תורה, און מכבד געווען מיט די זמירות, צווישן אנדערע הרה"ג ר' שמעי' לעוו שליט"א דומ"ץ וראש הכולל סאטמאר לאנדאן און הרה"צ ר' חיים מאיר שטערנבוך שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א.
בצפרא דשבתא האט די רב געדאוונט פארן עמוד שחרית, און ביי קריאת התורה עולה געווען שישי, נאך די עליה פון בנו הרב אלעזר טייטלבוים האט די רב א נאמען געגעבן דעם ניי-געבוירן אייניקל, על שמה פון די באבע הרבנית פעסיל לאה ע"ה מחברתו הטהורה פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע. נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען די קידושא רבא לכבוד די שמחה, די רב האט קידוש געמאכט מען האט געזינגען ניגוני שמחה, און די בעל שמחה הרב אלעזר האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה לכבוד השמחה, דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר'ן רב שליט"א און פאר די בעלי שמחה.
נאכמיטאג פאר מנחה האט די רב שליט"ט פארגעלערנט פרק וואס איז מיטגעהאלטן געווארן דורך א ריזן ציבור תושבי העיר אינאיינעם מיט פילע רבני ודייני העיר. ביי שלש סעודות האט די רב מכבד געווען הגה"צ אב"ד סאטמאר לאנדאן צו זאגן תורה, און איהם מכבד געווען מיטן בענטשן.
מוצאי שבת נאך הבדלה אין די אכסניא איז דער רב שליט"א אריבערגעגאנגען לבית הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו וועלכע האט מנדב געווען א סכום הגון לטובת דעם נייעם בנין הישיבה פאר די ישיבות קטנות סניף דרך התורה און סניף שביל התורה וואו דער רב שליט"א דינט אלס ראש הישיבה. דערנאך איז דער רב אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יוסף לייב קאהן הי"ו וואו עס איז פארגעקומען א מסיבה לטובת דעם נייעם בנין הישיבה אינאיינעם מיט עטליכע נדיבים בעם, ווי די באטייליגטע האבן זיך ווארעם אנגערופן מיט סכומים אדירים לטובת דעם נייעם בנין, און דער רב האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר יעדן פערזענליך ברכות לרוב. דערנאך איז דער רב אריבער אויף קביעת מזוזה אינעם נייעם הויז פון הר"ר יודל שווארץ שליט"א מנהל בית רחל דסאטמאר לאנדאן.
זונטאג אין די פארמיטאג שעה'ן האט הגה"צ רבי משה מנחם ווייס אב"ד סאטמאר לאנדאן אפגעשטאט א ביקור גומלין אין די אכסניא, שפעטער איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה גדולה און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט גרויס קורת רוח. דער רב האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה פאר די תלמידי הישיבה, און דערנאך ערשינען אינעם נייעם בנין הכולל פון די קהילה וועלכע איז געעפנט געווארן דעם פארגאנגענעם זמן החורף העעל"ט, וואו דער רב איז ארומגעגאנגען אין באגלייטונג פון די הנהלת הכולל און זיך אומגעקוקט אינעם גאנצע בנין, דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די אינגעלייט. פון דארט איז דער רב אנגעקומען אין ישיבת תורת חסד וואו דער רב האט איבערגעגעבן א שמועס פאר די תלמידי הישיבה, און פון דארט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום לאנדאן היטראו לופטפעלד, אויפן וועג צוריק אהיים קיין ניו יארק שליסנדיג מיט דעם די געהויבענע קורצן נסיעה וועלכע האט איבערגעלאזט הויפענעס חיזוק והדרכה פאר כלל חסידי סאטמאר תושבי עיר הבירה לאנדאן.