מאנטאג פ' בה"ב • כ"א אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
אלפי חסידי באבוב תושבי בארא פארק זענען דעם זונטאג ארויסגעקומען מיט ווארימע שטיצע בגוף ובממון, ביים יערליכן דיננער בנותינו לטובת די הייליגע חינוך אימפעריע בנות ציון ד'באבוב מיט אירע טויזנטער תלמידות בלי עין הרע, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת גאלדא אינעם בנין בנות ציון.
גאר א רייכע פראגראם איז געווען צוגעגרייט, ווען אנהייב פונעם פראגרם האט מען געהערט א העכסט אינפארמאטיווע פאנעל אלעס ארום די קאמף קעגן די גזירות החינוך וואס איז נישט לאנג צוריק בטל געווארן בסייעתא דשמיא. ביים ערשטמאליגן פאנעל האבן אנטייל גענימען די געטרייע די אסעמבלילייט און עסקנים וואס זענען בעובי הקורה זינט די אנהייב פונעם גזירה מיט צעהן יאר צוריק, אלס די פארטרעטער פון כלל ישראל להעביר את רוע הגזירה, ר' שמחה אייכנשטיין, ר' אהרן בן ציון ווידער, ר' קלמן יעגער, און ר' שמואל בערגער, די שמועס איז געווען אנגעפירט דורך די בארימטע באבוב'ע עסקן הרב יואל ראזענפעלד. די עסקנים האבן געשילדערט די שווערע הארעוואניע און ארבעט וואס איז אריין אינעם קאמף למען הצלת חינוך הטהור און צווישן אנדערע האבן זיי ארויסגעהויבן די באבובע עסקנים ובראשם ר' יואל ראזענפעלד וואס זענען געשטאנען צו הילף במשך די גאנצע תקופה. צווישן אנדערע האט ר' שמחה אייכנשטיין ארויסגעברענגט די הכרת הטוב וואס כלל ישראל איז שולדיג פאר הרב ר' ברוך יוסף וואקסמאן מראשי קהלת באבוב וואס טוט לילות כימים ביודעים ובלא יודעים למען הצלת החינוך.
דערנאך האט מען געהאט די כבוד צו ענטפאנגען פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, נשיא המוסדות. דער רבי האט פארטיילט לחיים פאר די נגידים בעם און עסקנים און פאר די חשובע רבנים אויפן אויבנאן וביניהם הרה"צ ר' חיים מאיר האגער בן האדמו"ר מוויזניץ מחשובי הורי המוסדות.
מיט'ן דבר המוסד האט אויפגעטרעטן די אורח הכבוד הגה"צ ר' שלמה לייזער דומ"ץ שפע חיים צאנז ומחשובי הורי המוסדות וואס האט ארויסגעברענגט ווי מ'זעהט די געוואלדיגע הארעוואניע וואס די הנהלת המוסדות לייגן אריין אין די בנות ציון און די חיוב הכרת הטוב פאר די אלע עוסקים במלאכת הקודש.
צום קלימאקס האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש און יסודותדיגע דברי הדרכה פונעם רועה נאמן די רבי שליט"א. יאר יערליך ביים בנות ציון דינער טוט דער רבי שליט"א איבערגעבן שטארקע יסודות בעניני חינוך ויסודות הבית. דער רבי האט באריכת גערעדט איבער די היינטיגע מגושמדיגע גאס זיך נישט אפצולערנען דערפון, און מעורר געווען אויף עניני צניעות און אוועקצושטיין פון די טריפהנע כלים למיניהם. מיט א קענטיגע קורת רוח האט דער רבי דערמאנט די פילע גוטע גריסן וואס ער הערט כסדר צוריק איבער די זעלטענע הצלחה פון דעם הייליגן מוסד און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די עסקנים נגידים און אלע שטיצער פון די חשובע מוסד.