הויפט בלאט באריכט וַַאֲֲמַַרְְתֶֶּם כֹֹּה לֶֶחָָי: אלפי חסידי סאטמאר איבערגעפילט דעם 'ברוקלין סטארהאוז' פעסטונג ביים טיש לכבוד ל"ג בעומר

וַַאֲֲמַַרְְתֶֶּם כֹֹּה לֶֶחָָי: אלפי חסידי סאטמאר איבערגעפילט דעם 'ברוקלין סטארהאוז' פעסטונג ביים טיש לכבוד ל"ג בעומר

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' בה"ב • כ"א אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

בילדער קרעדיט: הלל ליכטענשטיין


אשרי עין ראתהו, כולם נקבצו באו לך, מיט אומבאגרעניצטע פייערליכקייט ושמחה דקדושה לכבוד התנא אלקי רשב"י האבן פילע טויזנטער סאטמארער חסידים פון איבער גרעיטאר ניו יארק איבערגעשטאפט דעם גיגאנטישן 'ברוקלין סטארהאוז' זאל הארט נעבן וויליאמסבורג, ביים גרויסן "ל"ג בעומר טיש" בצל קדשו פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס איז אויף אן ערשטמאליגן פארנעם אפגעראכטן געווארן אין א ריזן זאל, צו קענען אקאמאדירן דעם איבערפלוס פון טויזנטער חסידים זקנים עם נערים.

דער זאל איז געווארן מוסטערהאפטיג אהערגעשטעלט דורך די ענערגישע עסקנים פון "בצל תומר", מיט געניטע אראנדזשירונג צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ערוואטעטן ציבור מכל מקומות מושבותם, וואס האבן זיך געגרייט מיט שפאנונג מיטצולעבן דעם עריכת שלחן הטהור לכבוד היום, קאמבינירט מיט'ן יערליכן מגבית לטובת די מוסדות הק' "יטב לב" בארה"ק.

די טויזנטער בחורי חמד פון אומעטום זענען אנגעקומען אין זאל נאך פאר'ן זמן, און ס'איז פאר זיי געווארן צוגעשטעלט א סעודה רחבה כיד המלך, און דערנאך זענען די בחורים ארויף די הויכע 12 שטאקיגע פארענטשעס וואס האט בארינגלט דעם זאל פון אלע זייטן כחומה גבוה סביב, שאפנדיג א מחזה הוד פונעם לגיון אדיר פון טויזנטער תלמידי הישיבות דסאטמאר פון איבער דער גארער וועלט. אין דער זעלבער צייט איז דער חלל פונעם זאל געווארן אויסשליסליך דעזיגנירט פאר די טויזנטער זקני העדה, בעה"ב ואברכים, וועלכע האבן בליץ שנעל איבערגעפילט דעם זאל עד אפס מקום.

א קורצע צייט נאכ'ן זמן מעריב, נאכ'ן מסדר קידושין זיין ביי עטליכע חופות, איז דער רבי שליט"א ערשינען אין זאל, און תיכף צוגעטרעטן צו תפלת מעריב ברוב עם הדרת מלך. דער רבי האט געצינדן פינעף ליכט לכבוד היום, און זיך געשטעלט דאווענען.

תיכף נאך מעריב האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודת היום, מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות, און וואס א מינוט שפעטער איז דער זאל געווארן פולער און געשטאפטער, און די סדרנים האבן זיך שווער געספראוועט צו קענען פלאצירן דעם מאסיוון איבערפלייץ משתתפים.

די ניגונים במשך די נאכט איז באגלייט געווארן בקולם הנעים והאדיר פון די טאלאנטפולע מטיבי נגן, דער אורח מיוחד פון ארץ ישראל, ר' יואל קליין, צוזאמען מיט ר' וואלף בראווער, און די "חסיד'יש קאפעליע", וואס האבן מנצח געווען על השיר און געהויבן דעם מעמד בהתרוממות דקדושה.

אנהייב פונעם מעמד האט זיך דער רבי באגריסט מיט הויכראנגיגע פאליטישע באאמטע וואס זענען געקומען אין באגלייטונג פון די ראשי עסקני הקהלה און שתדלני הכלל, וועם דער רבי האט ווארעם געוואונטשן אויף זייערע וואוילטעטיגע לייסטונגען למען הכלל והפרט.

עס האט אויפגעטרעטן מיט עטליכע דיבורים לכבוד דעם יטב לב דינער, הרה"ח ר' אהרן הערש פריינד, חבר הנהלה, און דערנאך האט מען געהערט די הארציגע דיבורים דורכ'ן מסירת נפש'דיגן מנהל המוסד אין ארץ ישראל, הרה"ח ר' מענדל וואלערשטיין, איבער די שווערע פינאנציעלע לאגע פון די מוסדות, און דער חובת השעה ביים גאנצן ציבור אחים לדעה קעגנצוקומען מיט סכומים הגונים.

מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות, און דערנאך האט מען געהערט די ווארעמע דיבורים דורכ'ן פה מפיק מרגליות הרב משה אלי' עסטרייכער מנכ"ל מוסדות קרית יואל, וועלכער האט אפעלירט ביים ציבור איבער'ן דין קדימה וואס די הייליגע מוסדות יטב לב דארף זיין ביי יעדן סאטמארער חסיד.

דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן די דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער האט בקול חוצב מאריך געווען בגודל קדושת היום באגלייט מיט הדרכות טהורות זיך צו האלטן שטארק, אין א בחינה פון "עצי שטים עומדים", וואס דאס איז געווען דער כח פון רבי שמעון בן יוחאי, מסירת נפש פאר'ן "כי לא תשכח מפי זרעו", און דאס איז מען ווייטער ממשיך אויפ'ן דרך פונעם רבי'ן זי"ע, וועלכער האט משריש געווען דעם כח הקדושה זיך צו האלטן פעלזן פעסט קעגן די מים הזידונים און פרעמדע השקפות.

דערנאך האט מען צוגעטרעטן צום הויכפונקט פונעם מעמד, ווען דער רבי שליט"א האט מדליק געווען די נירות גדולות ושלהבת אש קודש לכבוד התנא אלקי, א הייליגע ווארעמקייט האט באנומען דעם ציבור האלפים ווען מ'האט זיך געגרייט מיט ניגוני התעוררות 'צמאה לך נפשי', 'אהבה רבה', 'נענועים ניגון', און דערנאך האט דער רבי שליט"א צוגעטרעטן מיט אן אש להבה להעלות נרות קודש.

די הנהלת מוסדות יטב לב האט מכבד געווען הגה"צ רבי יוסף דוב לאנדא שליט"א אב"ד זלאטשוב קרית יואל, פאטער פונעם שר הצדקה ועמוד החסד הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא, איבערצוגעבן פאר'ן רבי'ן דעם אויגפארכאפנדער זילבערנער צינדער, וואס איז געקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' חיים שווארץ.

איידער'ן צוגיין צום הדלקת הנירות, האט דער רבי ארויפגערופן די עסקנים דגולים, ר' חיים יעקב רייזמאן און ר' יעקב בערגער, וואס זענען געשטאנען אין שפיץ פון סידור המעמד, און דער רבי האט זיי אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

די קאפעליע האט אנגעהויבן זינגען "לכבוד התנא אלקי", בשעת דער רבי איז מדליק די פינעף ליכט איינס נאכ'ן צווייטן, און ביים פארענדיגן האט דער ציבור מיט אומבאשרייבליכע עקסטאז אויסגעבראכן אין "לכבוד התנא אלקי" טענץ וינועו אמות הסיפים, ווען דער גאנצער זאל הייבט זיך בעוז ותעצומות, בשעת דער רבי איז מפזז ומכרכר פאר די מדורות הנירות מיט פלאם פייערדיגע ריקודין קדישין, אשרי עין ראתה כל אלה.

מ'האט ממשיך געווען מיט די פזמוני ל"ג בעומר און נאך פילע ניגונים פאר א לענגערע שעה, בעת דער רבי איז מעודד די ניגונים און הייבט דעם ציבור מיט גאר געהויבענע טענץ לכבוד התנא אלקי. דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און געוואונטשן לחיים פאר'ן גאנצן ציבור, און מיט'ן בענטשן מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00