פרייטאג פ' אמור • י"ח אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: דוד ארזני.
דעם פארגאנגענעם ליל ששי ליל ל"ג בעומר, האבן שווערע טויזנטער אידן מיטגעהאלטן דער מעמד ההדלקה אין שפיץ פון דעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, וועלכער האט מדליק געוועהן דעם "מדורת אש", משמיע געוועהן מדברותיו הטהורות און געהויבן דעם ציבור האלפים אין די לופטן לשוש ולשמוח לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, זייענדיג דער סאמע גרעסטער הדלקה אין ירושלים עיה"ק.
טראץ דעם וואס היי יאר איז ל"ג בעומר אויסגעפאלן ערב שבת קודש, און א גרעסערע טייל ציבור איז שוין ארויסגעפארן קיין הר הקודש מירון ליל שישי, דאך איז געווען א ריזן ציבור ביין מעמד הדלקה אין ירושלים, ווען דער גאנער שטח אויף רחוב שמואל הנביא איז געווען מלא על כל גדותיו.
ווי באקאנט איז הגאון הצדיק רבי יעקב מאיר שליט"א שטארק עוסק בתורת רבי שמעון, ובתורת הנסתר, און טאקע מיט דעם כח טוט ער משפיע זיין שטענדיג, זייענדיג אדוק ומקושר צום הייליגן תנא, ובפרט קומט דאס ארויס אויפן אויבערפלאך ביום ל"ג בעומר ביומא דהילולא קדישא דיליה, ביי די מעמד ההדלקה רבתי.
תיכף נאכן זמן מעריב זענען אנגעקומען באסעס פון אלע געגענטער איבער ארץ ישראל, ווי טויזענטער אידן האבן זיך פארזאמלט תחת כיפת הרקיע אויפן שטח הדלקה. צו דער באשטימטער צייט איז הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א ערשינען אויפן בימת הכבוד, ווען תיכף דערויף האט מען אנגעהויבן צו זינגען ניגוני דביקות והתעוררות, דערנאך האט דער רב שליט"א משמיע געווען דברות קודש מלהבות אש ארויסברעגענדיג אונזער דביקות און נאנטקייט צום הייליגן תנא רבי שמעון בן יוחאי, און וויאזוי מיר קענען אין דעם גרויסן טאג זיך מתדבק זיין צום הייליגן תנא מיט א קשר עליון.
נאך די דברות קודש זענען די נגידים בעם וועלכע זענען תורם גרעסערע סכומים במשך די גאנצע יאר, אריבער ביים רב שליט"א, וועלכער האט אריינגעגאסן פאר א יעדן נגיד באזונדער א פך שמן טהור אינעם מדורה, און די נגידים האבן דערנאך געהאט די זכי' צו גיסן די שמן אויף די מקום ההדלקה. דערנאך האט הנגיד ר' שלמה גאלדשטיין הי"ו אנגעהאלטן זיין לאנג יעריגע חזקה מיטן אפקויפן די זכות ההדלקה, איבערגעבענדיג די פאקל פאר הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א.
ווי נאר דער רב שליט"א האט אנגעצינדן די מדורת אש האט א אש דקדושה ארומגענומען דעם ציבור האלפים, די כלי זמר האבן אנגעהויבן צו שפילן, בעת ווען דער גאנצער ציבור האט זיך געהויבן טפחיים על גבי קרקע מיט א געוואלדיגע שמחה והתעוררות, ווען אויפן בימת הכבוד שטייט הגאון הצדיק רבי יעקב מאיר שליט"א און רעכט אפ די הייליגע ריקודין מיט א שמחה של מצוה ודביקות עילאה לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.
ביים סוף פונעם מעמד ההדלקה האט דער רב שליט"א איבערגענומען דעם מייקראפאון און אויסגעשריגן בקול חוצב להבות אש אז שטיייענדיג יעצט אין דעם גרויסן טאג פון ל"ג בעומר איז א טאג פון קדושה, דער הייליגער תנא רבי שמעון איז כל כולו קדושה, אבער די טריפה'נע כלים איז פארקערט פון קדושה, און דאס איז די גרעסטע סתירה צו רבי שמעון, אויב וויל מען זיין דבוק צו רבי שמעון און דבוק אינעם הייליגן באשעפער, זאל מען אוועקווארפן די אלע כלים הטמאים, און מען דארף ארויסגיין במלחמת חרמה אקעגן די כלים הטמאים, קולו זמר עריצים והכרית את הקוצים. דער רב שליט"א האט מסיים געוועהן מיט ברכת קדשו לכל הקהל הקודש אז מען זאל זוכה זיין צו כל מיני ישועות ורפואות בזכות התנא האלקי.
נאך דער געהויבענער מעמד וואס האט זיך פארצויגן ארום צוויי און אהאלב שעה, איז זיך דער ציבור צעגאנגען מיט געהויבענע געמיטער און מיט זעק פון השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות.