הויפט בלאט באריכט מלך ביפיו תחזינה: אלפי חסידי וויזניץ ביי הדלקה רבתי דורך האד' מוויזניץ נאכן אהיימקומען פון חוץ לארץ

מלך ביפיו תחזינה: אלפי חסידי וויזניץ ביי הדלקה רבתי דורך האד' מוויזניץ נאכן אהיימקומען פון חוץ לארץ

געשריבן דורך admin

פרייטאג פ' אמור • י"ח אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


עס איז נישט מעגליך צו שילדערן די שטורמישע רגשי הלב, די טיפע התרוממות הנפש וואס שפירט זיך ביי די טויזנטער וויזניצער חסידים וועלכער האבן נעכטן אינעם גרויסן טאג פון ל"ג בעומר מקבל געוועהן פני קדשו פונעם רועה נאמן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין א בחינה פון מלך ביפיו תחזינה עיניך, ווען דער רבי האט זיך באוויזן אין קרית וויזניץ בני ברק במלוא הדרו, און מעריך געוועהן די מעמד ההדלקה לכבוד היום מיט גרויס שמחה און התרוממות הנפש.

צו דער באשטימטער צייט ארום 5:00 נאמכיטאג איז דער רבי עשינען בשערי העיר, וואו הונדערטער חסידים האבן שוין אפגעווארט ביים אריינגאנג צום שטאט ביי כביש גאה, און באגלייט דעם רבי'ן שליט"א אריין אין שטאט. ביים אנקומען קיין קרית וויזניץ האבן טויזנטער חסידים מקבל פנים געוועהן דעם רבי'ן מיט טענץ און געזאנג, ווען דער רבי ווייזט ארויס א צהלות פנים מיט א קענטיגע התרגשות.

ביים ביהמ"ד הגדול האבן אפגעווארט די זקני ונכבדי העדה, ביניהם הרה"ח ר' פישל שטיין, הרה"ח ר' מנחם אליעזר מוזס און הרה"ח ר' ישראל וויינבערגער וועלכע האבן אנאיינעם געזאגט די ברכה פון שהחיינו בשם ומלכות לויטן פסק הלכה פון די רבנים.

נאך א קורצן אפרוה האט דער רבי געדאווענט מעריב בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד. אינעם גרויסן היכל האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ח ר' ברוך בעריש גרינבוים הי"ו מחשובי חסידי וויזניץ שטייענדיג אין טאג פונעם יארצייט פון זיין זוהן האברך החשוב ר' יוסף גרינבוים ע"ה וואס איז טראגיש אוועקגעריסן געווארן אין די צודריקעניש ל"ג בעומר תשפ"א אין מירון.

נאך מעריב איז דער רבי ערשינען אינעם גרויסן היכל וואס איז געוועהן מלא וגדוש עד אפס מקום ממש. דער ציבור איז געכאפט געווארן אין אן עלעקטערזירנדע שטראם פון שמחה דקדושה זייענדיג מקבל פנים דעם רבי'ן, מיטן נייעם ניגון "שהחיינו וקיימנו, ברוך הבא בשם השם" וואס איז פארפאסט געווארן לכבוד די מעמד, די רבי האט מעודד געוועהן די ריקודין בכל כוחו, וינועו אמות הסיפים. כמעשהו בראשונה האבן די חסידים געזאגט די ברכה פון שהחיינו דערגרייכנדיג דעם לאנג ערווארטעטע מאמענט.

די רבי האט געציילט ספירת העומר מיט א קול געשטיקט פון טרערן, מיט'ן נאסטאלגישן וויזניצער נוסח. דערנאך האט מען אנגעהויבן די ניגוני דביקות. נאך ספירה האט דער ראש הישיבה הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א געמאכט א סיום אויפן זוהר הק' וואס איז געלערנט געווארן דורך די חסידים אין די ראמען פונעם אלטוועלטליכן מפעל "אתכנשו", און דערנאך אויפגעטרעטן מיט קורצע דיבורים, מיט א הודאה על העבר ובקשה על העתיד פארן רבינס אריכות ימים, בטוב ובנעימים, און מעורר געוועהן דעם ציבור ווייטער ממשיך צו זיין די אלע תפילות און קבלות טובות אויף ווייטער.

מען האט געזינגען עטליכע ווארימע ניגוני הכנה, בעת די רבי האט געליינט א כוללות קוויטל פון אלע נגידים וואס האבן זיך משתתף געוועהן מיט די הוצאות המעמד.

הדלקה ללהב יצאת, ווי נאר די רבי האט אנגעצינדן די הדלקה האט זיך דער ציבור ספאנטאן ארויסגעלאזט אין גאר פייערליכע טענץ, וואס דער רבי איז מעודד בעוז ותעצומות. נאך די לענגערע ריקודין האט די וויזניצער קאפעליע פארגעזינגען די פארצייטישע וויזניצע בר יוחאי און ממשיך געווען מיט די פזמונים און ניגוני מירון.

בשעתן זינגען האט די רבי אפגעשטעלט די מוזיק און דערציילט א סיפור פונעם זיידן די אמרי חיים זי"ע, זייענדיג אמאל אונטערוועגנס פון טבריה צום שפיטאל אויף א באהאנדלונג האט ער געהייסן דעם דרייווער ער זאל אהיימפארן קיין קרית וויזניץ זאגנדיג אז די חסידים וועלן זיך מער דערפרייען איהם צו זעהן אינדערהיים ווי אין שפיטאל…

לסיום המעמד האט די רבי געשאסן מיט'ן פייל און בויגן, כנהוג, און דערנאך פארלאזט דאס ביהמ"ד וואו מען האט זיך געזעגענט מיט ריקודין של שמחה. די רבי איז פון דארט ארויסגעפארן צום מושב "אורה" בגלילות ירושלים עיה"ק, דארט וועט דער רבי פארוויילן די קומענדיגע וואכן אויף אפרוה, און זיך מיטן אויבערשטנס הילף צוריקקערן לאיתנו הראשון.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00