הויפט בלאט באריכט ברוך הבא: הונדערטער וויזניצע חסידים געמאכט "שהחיינו בשם ומלכות" ביים פייערליך מקבל זיין פני האד' מוויזניץ

ברוך הבא: הונדערטער וויזניצע חסידים געמאכט "שהחיינו בשם ומלכות" ביים פייערליך מקבל זיין פני האד' מוויזניץ

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' אמור • ט"ז אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

מיט אומבאשרייבליכע שמחה ורגשי הודאה להשי"ת האבן הונדערטער וויזניצער חסידים דעם היינטיגן טאג זוכה געווען מקבל פנים צו זיין את פני קדשו פונעם רועה ישראל מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, ביים אנקומען צוריק קיין ארץ ישראל בשעה טובה ומוצלחת, נאכ'ן וויילן די לעצטערע חדשים אין לאס אנדזשעלעס לצרכי רפואה און דערנאך אין דאוואס שווייץ למנוחת גופו הטהור.

היינט דינסטאג נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א פארלאזט די האטעל אין דאוואס, און זיך באדאנקט מעומק הלב פאר די געטרייע בעלי אכסניא משפחת האלפערט הנכבדה, פאר'ן אזוי הערצליך אהערשטעלן די האטעל מיט אלע באקוועמליכקייטן.

דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט פון דאוואס קיין ציריך צום לופטפעלד און אויפגעשטיגן אויפ'ן פריוואטן פליגער. היינט זיבן אזייגער נאכמיטאג האט דעם רבי'נס פליגער געלאנדעט בשעה טובה אין לופטפעלד אין ארץ ישראל, און ביים ארויסקומען פונעם טערמינאל איז דער רבי געווארן אפגעווארט דורך הונדערטער חסידים וועלכע האבן אויסגעבראכן אין פייערליכע "חסדי ה' די לא תמנו", ולעומתו ברוך יאמרו, איז דער רבי מאיר פנים פאר'ן ציבור מיט א געוואלדיגע פנים שוחקות ושמחה רבה.

אין א רירנדע מאמענט, האט דער גאנצער ציבור אויפאמאל, אויפ'ן פסק פון הגאון הגדול רבי יעקב מאיר שטערן שליט"א דומ"ץ הקהלה, געמאכט א ברכת "שהחיינו" בשם ומלכות, אויף וואס דער רבי האט געענטפערט "אמן" בקול נרגש.

דער ציבור איז אריבער שלום נעמען, און דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגן צימער אין לופטפעלד אויף תפלת מנחה, נאך א קורצע הפסקה האט דער רבי געדאווענט מעריב און ספירת העומר, און דאן משמיע געווען דברות קודש דורך א לייוו-הוקאפ ביים "וועידה עולמות" דורך "איגוד מוסדות וויזניץ" וואס קומט פאר אין טבריה ליידער אן דעם רבינס השתתפות.

פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום מקום הנופש וואס איז באשטימט געווארן פאר די קומענדיגע וואכן, אינעם "מושב אורה", בגלילות ירושלים, נישט ווייט פונעם הדסה שפיטאל. די אכסניא איז שוין אין עבר באנוצט געווארן אלס אכסניא של צדיק, ווען כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א האט דארט געוויילט למנוחת הנפש.

ביים אנקומען צום אכסניא אין ירושלים האבן ווידער אמאל פילע חסידים פון ירושלים ומחוצה לה אפגעווארט דעם רבי'ן בשירה וזמרה, און געמאכט די ברכה שהחיינו בקול רם.

אויף מארגן ל"ג בעומר וועט ווי באריכטעט דער רבי שליט"א זיך אהיימקערן למעון קדשו אין בני ברק, און מעריך זיין דעם גרויסן טאג בקרב קהל עדת צאן מרעיתו וועלכע קוקן שוין ארויס בכליון עינים לקבל פני מלכם ואורם, און דערנאך וועט זיך דער רבי שליט"א אומקערן קיין מושב אורה אויף שבת.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00