דינסטאג פ' אמור • ט"ו אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
הונדערטער חסידי באבוב תושבי מאנסי האבן דעם זונטאג אנטיילגענומען ביים גרויסארטיגן דינער "למעננו" צו שטיצן און אינטערהאלטן די קהילה ומוסדותיה הקדושים אין מאנסי, די מעמד איז פארגעקומען אין די זאלן פון תפארת עלקא אין שפיץ פון די נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועלכער וויילט די טעג בגלילות מאנסי לצורך מנוחה.
אלס יושב ראש המעמד האט געדינט האברך ר' לייבוש באכנער הי"ו וואס האט מקדם געוועהן בברכה כל העם הנאספים, דערנאך האט ער ארויפגערופן הרב יואל מייזליש מנהל ת"ת ראחמיסטריווקא אין שטאט, וואס האט אויפגעטרויטן מיט א שיינע דרשה און ארומגערעדט פון זיין גרויסע התפעלות פון וואס ער האלט כסדר מיט אין די באבובער מוסדות במשך השנים.
נאך זיין דרשה האט מען געהאט די כבוד צו אנטפאנגען כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ביים מפאר זיין בראש המסיבה לחיזוק הקהלה והמוסדות. צום ערשט האט דער מנהל רוחני פון ת"ת הרב אברהם יהושע רובין שליט"א אויפגעטרויטן מיט דברי זכרון אין אנדענק פון הרה"ח ר' אברהם גוטמאן ע"ה לאנגיעריגע קעכער און דרייווער אין ת"ת וואס די דינער איז געוועהן מוקדש לזכרו, נדבת לבו פון זיין איידעם הנגיד ר' אהרן אונגאר הי"ו.
דערנאך האט מען געהערט די משא המעמד פון הגה"צ ר' משה חיים שנעעבאלג שליט"א אבד"ק שרגא המאיר, וואס האט בנועם לשונו ארומגערעדט בשבחו הרם פון קהילת ומוסדות באבוב אין שטאט, און איבער די עבודת הק' להגדיל התורה ולהאדירה דורך די פיערדיגע רבי'ס זי"ע ויבלחט"א כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. מיט בענטשן איז מכבוד געווארן דער פטרון הדינער ר' אהרן אונגאר הי"ו.