הויפט בלאט באריכט האד' מסקולען אפגעשטאט אין קרית טאהש בעת באזוך אין מאנטריאל קאנאדע

האד' מסקולען אפגעשטאט אין קרית טאהש בעת באזוך אין מאנטריאל קאנאדע

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' אמור • ט"ו אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

בילדער קרעדיט: משה פאנעט, JDN


כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אויף א באזוך אין שטאט מאנטריאל איז דעם זונטאג אנגעקומען אויף א באזוך אין די שכינות'דיגע קרית טאהש המעטירה, וואו די רבי האט אפגעשטאט א ביקור נימוסין ביי כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א. עס איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע ענינים און איבער די קשרי ידידות פון צדיקי בית סקולען מיט כ"ק אדמו"ר הרה"ק מטאהש זי"ע, די טאהשער רבי האט באטאנט די שיינע גריסן וואס מען הערט צוריק פונעם געהויבענעם שבת אין שטאט מאנטריאל, און דערנאך מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים, און ווארעם אנגעוונטשן הצלחה און סייעתא דשמיא, למען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל, נאכן באזוך האט דער טאהשער רבי ארויסבאגלייט דעם סקולענער רבי'ן ביזן קאר ביותרת הכבוד.

פון דארט איז די רבי שליט"א אנגעקומען אויפן בית החיים אין קרית טאהש און פוקד געווען ציון קדשו פון הרה"ק מטאהש זי"ע, וואו ער האט שופך שיח געווען א לענגערע וויילע לישועת הכלל והפרט.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00