הויפט בלאט באריכט שמחת התנאים פון אייניקל ביי האד' מבאבוב-45 פארגעקומען אין נייעם יישוב דחסידי באבוב-45 אין יוניאן

שמחת התנאים פון אייניקל ביי האד' מבאבוב-45 פארגעקומען אין נייעם יישוב דחסידי באבוב-45 אין יוניאן

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' אמור • ט"ו אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי


חסידי באבוב 45 האבן זיך געוואונטשן מזל טוב לכבוד די שמחה אינעם רבינס הויף, מיטן שידוך שליסן פון נאך א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, די כלה א טאכטער פון חתנו הגדול הגה"צ ר' חיים ברוך האלבערשטאם שליט"א וועלכע שטייט אין שפיץ פון די קהילה און מוסדות דארט אין יוניאן, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' יהושע פרץ הורוויץ שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק זרע קודש וראש ישיבת בית מאיר שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' ישעי' תאומים פרענקל שליט"א רב דקהל קדושי קראקא בני ברק.

די שידוך איז געשלאסן געווארן בשעה טובה ומוצלחת ערב שב"ק ביים ווארט בביתו נאוה קודש פונעם זיידן האדמו"ר מבאבוב 45 אין בארא פארק, וואו מען האט געטרינקען לחיים און געבראכן טעלער.

דינסטאג נאכט איז פארגעקומען די שמחת התנאים אינעם היימישן יישוב דחסידי באבוב 45 אין יוניאן ניו דזשערזי וואו דער מחותן הרה"צ רבי חיים ברוך שליט"א שטייט אין שפיץ פון די קהילה און מוסדות, די שמחה איז פארגעקומען אויף א באשיידענעם פארנעם אין שטוב פונעם מחותן, לויט די תקנות הקהילה.

ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די חשובע מחותנים און זיידע'ס, און מען האט געדאווענט מעריב. נאכן מסדר זיין די תנאים האט מען מקבל קנין געוועהן און דער רבי שליט"א האט פארגעליינט די תנאים, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט משמיע געוועהן דברות קודש מעניני אירוסין. מען איז דורך וואונטשן לחיים און מזל טוב און דאן האט דער רבי מכבד געוועהן די זיידע פון חתן הגה"צ אבד"ק זרע קודש וראש ישיבת בית מאיר שליט"א אויפצוטרעטן מיט דברי תורה לכבוד די שמחה. נאכן תנאים האט מען מחדש געוועהן די לבנה ברוב עם און די רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאווה קודש.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00