מאנטאג פ' אמור • י"ד אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: משה פאנעט, JDN
מיט גרויס כבוד און הערצה האבן תושבי מאנטריאל דעם דאנערשטיג מקבל געווען פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וועלכע האט זיך צוריקגעקערט צו זיין היימשטאט מאנטריאל, אויף א ביקור הוד צום ערשטן מאל זינט איבערנעמען די כתר האדמורו"ת.
ליל שישי איז אפגעהאלטן געווארן א גרויסער מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם רבי'ן שליט"א בבית מדרשו של אביו 'קהל מאור הגולה' דארט אין דעם ביהמ"ד ווי אביו הגדול הרה"ק בעל ישועת יעקב מסקולען זצוק"ל האט אפגעראכטן זיין עבודת הקודש לאנגע יארן און דארט מכהן געווען ברבנות, ווי עס האבן זיך פארזאמלט אלע בני הקהילה און פילע תושבי העיר חסידים ואנשי מעשה זייענדיג מקבל פני הקודש בבואו לחון את פני העיר.
דער קלימאקס פונעם באזוך איז געוויס געווען דער געהויבענער שבת במקהלות עם רב הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון דער גאנצער שטאט וואס זענען געקומען זיך דערווארעמען בצילא דמהימנותא, אויפן סקולענער שטייגער.
אויף שבת זענען געקומען צו פארן פילע אורחים פון ניו יארק און די בחורים וואס זענען אנגעשלאסן אין די חבורות, און האבן נישט געוואלט פארפאסן אזא געהויבענעם שבת.
די תפילות שבת קודש האט די רבי געדאוונט במקום שהתפללו אבותיו ביהמ"ד מאור הגולה. צו מנחה ערב שבת איז צוגעגאנגען הרה"צ רבי יחיאל מיכל מאסקאוויטש בנו הגדול פון האדמו"ר ממעליץ שליט"א. די רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו קבלת שבת מיט גרויס מתיקות, בפרט ביי לכה דודי כדרך צדיקי בית סקולען, נאכן דאווענען איז די גאנצע ציבור דורך וואונטשן גוט שבת.
א מחזה הוד האט זיך אנגעזעהן בשעת די תפילות נאך די שמונה עשרה'ס ווען די רבי האט מיט א ענוות חן צוגעווארט אז די שוואגער די מרא דאתרא הגה"צ רבי יואל מאסקאוויטש אב"ד מאור הגולה זאל אויסטרעטן שמונה עשרה און הערשט דאן אנגעהויבן חזרת הש"ץ.
פילע תושבי העיר האבן געשטראמט מקרוב ומרחוק פון אלע עקן שטאט מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם טיש בליל שב"ק אינעם היכל ישיבה גדולה תורת משה דסאטמאר, ווי די רבי האט אנגעהויבן שלום עליכם מיט אן אש קודש און דער סקולענער פייער.
ביים טיש האט די רבי געזאגט תורה און מכבד געווען די אנוועזנדע רבנים ודיינים מיט די זמירות, צווישן זיי דייני ק"ק סאטמאר, סקווירא, האדמו"ר מטריסק מאנטריאל און נאך, באזונדער האבן זיך אנגעזעהן דעם רבינס שוואגער'ס הגה"צ אב"ד מאור הגולה, און הגה"צ רבי יוסף משה אונסדארפער איידעמער פונעם סקולענער רבי'ן זצ"ל. מיט ברכת המזון על הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ רבי יוחנן וואזנער ראב"ד סקווירא וואס האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן טיש ביז אין די גאר שפעטע שעה'ן פון דער נאכט.
שבת אינדערפרי איז פאריבער א גאר געהויבענער דאווענען. די רבי האט געדאוונט מוסף פארן עמוד, און אפגעראכטן די קידושא רבה כנהוג.
שבת נאכמיטאג האט די רבי מיטגעהאלטן די שיעור אין פרקי אבות דורך גיסו הגה"צ רבי יוסף משה אונסדארפער שליט"א. בעת רעווא דרעווין האט די רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש זייענדיג מעורר איבער שמירת עיניים, און בין השיחים אויך דערמאנט זיינע זכרונות פון די שטאט מאנטריאל.
אנדערש ווי די מנהג אין סקולען האט די רבי געזאגט ה' מלך ביי שלש סעודות כמנהג אביו הרה"ק מסקולען זצ"ל אין די יאהרן וואס ער האט מכהן געווען ברבנות אין ביהמ"ד מאור הגולה אלס מנהג המקום, די זמירות האט אנגעהויבן די שוואגער הגה"צ אב"ד מאור הגולה שליט"א וואס איז געזעצן צו די זייט פונעם רבי'ן, אויך האבן זיך אנגעזעהן האדמו"ר מקארלסבורג מאנטריאל, הגה"צ אב"ד דזשיבוי, און הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א איידעם פון הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטריאל.
די רבי האט געבענטשט על הכוס און געדאוונט פארן עמוד מעריב, נאך הבדלה איז די גאנצע ציבור דורך וואונטשן א גוטע וואך פאר א לענגערע וויילע, דערמיט איז געשלאסן געווארן די שבת מרומם וואס איז שווער געווען זיך צו שיידן פון אזא געהויבענעם מעת לעת.