מאנטאג פ' אמור • י"ד אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי
א התרגשות'דיגער מסיבת לחיים און מעמד "חתימת שטרות" איז אפגעהאלטן געווארן פארלאפענעם מיטוואך אחרי-קדושים בבית מדרשו פון כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א אין שטאט בארא פארק, וואו דער בארימטער עסקן און כלל-טוער ביים יהדות אין ניו יארק, הרה"ח ר' נפתלי משה אינדיג האט אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין פונעם נייעם פרעכטיגן "בנין הכנסת אורחים" ווערט געבויט דורך "קרן בית ליסקא" אין שטאט ליסקא, על יד ציון קדשו פון הרה"ק בעל אך פרי תבואה זי"ע וחתנו וממלא מקומו הרה"ק בעל טל חיים זי"ע, וועמענס יארצייט איז אויסגעפאלן בו ביום ט' אייר.
שוין עטליכע יאר וואס עס איז ענטשטאנען א שטארקע שינוי לטובה ביים ציון הק' אין שטאט ליסקא, ווען עס איז געלונגען פאר'ן "קרן בית ליסקא" וואס שטייט בנשיאתו פונעם ממשיך דרכו בקודש פון צדיקי בית ליסקא, כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א, אפצוקויפן אלע הייזער ארום דעם בית החיים, און ס'איז געווארן בעסער און באקוועמער אהערגעשטעלט דעם גאנצן צוטריט צום ציון הק', און מ'זעט ווירקליך א מאסן שטראם פון פילע טויזנטער חסידים ואנשי מעשה פון איבער דער גארער וועלט וואס קומען אהין רונדע די יאר מתפלל זיין און מעתיר זיין בדבר ישועה ורחמים ביים פועל ישועות בקרב הארץ דער הייליגער אך פרי תבואה זי"ע.
אין די לעצטערע תקופה האט זיך "קרן בית ליסקא" אריינגעלאזט אין א פרישע גראנדיעזע און וויכטיגע אונטערנעמונג, צו לאזן אויפבויען א הערליכער בנין הכנסת אורחים, גלייך נעבן דעם בית עלמין, וואס וועט ווערן אויסגערישט מיט די פולסטע באקוועמע איינריכטונגען און אלע באדערפענישן פאר'ן ציבור הפוקדים, נאכדעם וואס ביז היינט האבן די מתפללים ביים ציון הק' נישט געהאט די מינדעסטע געברויכן, ווי בתי כבוד און אזוי ווייטער.
אצינד ווען דער הקמת הבנין גייט אן מיט'ן פולסטן קראפט, איז קעגנגעקומען דער עסקן הדגול הרה"ח ר' נפתלי משה אינדיג, וועלכער פארמאגט א ספעציעלער קשר מיט צדיקי בית ליסקא, מבית אבותיו, אלס אייניקל פון הגה"צ רבי מנחם גרשון גרינוואלד זצ"ל אב"ד קערעסטיר, וועלכער איז געווען אדוק ומקושר אין צדיקי בית ליסקא, און האט אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין הכנסת אורחים, וואס וועט גערופן ווערן "אהל לאה אינדיג".
דער מעמד חתימת שטרות איז פארגעקומען ביום ט' אייר, ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל טל חיים מליסקא, חדב"ן פונעם הייליגן רבי הערשעלע מליסקא בעל אך פרי תבואה. ביים מעמד אין שפיץ פונעם ליסקא רבי'ן זענען אנוועזנד געווען די עסקני "קרן בית ליסקא", וועלכע פירן אן מיט אלע פראיעקטן למען כבוד בית ליסקא והבית החיים, אונטער'ן פראיעקט פון "אהל שרה", אויפ'ן נאמען פון די בארימטע צדיקת "שרה די בעקערין" די מאמע פונעם אך פרי תבואה זי"ע.
נאכ'ן אונטערשרייבן אויף די שטרות האט דער רבי שליט"א גאר ווארעם געוואונטשן פאר'ן נדבן ר' נפתלי משה, און דערביי משמיע געווען דברות קודש בגודל החשיבות פון אהערשטעלן דעם הכנסת אורחים אויף וואס די הייליגע זיידעס וועלן נישט שולדיג בלייבן און באצאלן מיט השפעות טובות וכל מיני ישועות.