מאנטאג פ' אמור • י"ד אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN
מיט צובראכענער הערצער און פארווייטאגטע געפילן האבן הונדערטער אידן באגלייט למנוחת עולמים אחר מיטתו פון האי גאון וצדיק, בנן של קדושים רבי יחזקאל שרגא דוד היילפרין זצ"ל רב ביהמ"ד צאנז אין רמות ומראשי ישיבת שפע חיים צאנז אין ירושלים, זון פון כ"ק גאב"ד ראדאמישלא שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, וועלכער איז דעם מוצאי שבת נםטר געווארן לחיי העולם הבא, בדמי ימיו אין בליענדן עלטער פון 59 יאהר.
די לוויה האט זיך אנגעהויבן ביים ביהמ"ד הגדול אין קרית צאנז ירושלים ווי עס איז געווען פארזאמלט א גרויסן ציבור חסידי צאנז, תלמידי הישיבה, תושבי רמות, און פילע מעריצים און גוטע פריינד.
בראש המלווים ביי די לויה האט זיך אנגעזעהן די מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א א פעטער און א מחותן פונעם נפטר וועלכע האט מיטגעהאלטן די גאנצע לויה מרישא ועד גמירא ביז נאך די סתימת הגולל, די פעטער כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, און די פעטער כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א. אויך האבן זיך אנגעזעהן האדמורי"ם מראחמיסטריווקא, אונגוואר, דעעש ירושלים, זידיטשוב ביתר, הגה"צ רבי אליעזר דוד שפירא אב"ד צאנז ב"ב, הגאון רבי משה מרדכי ווידער אב"ד לינז, הגאון רבי אהרן געלדצהיילער ראש ישיבת שומרי אמונים, די פעטער'ס האדמורי"ם מחוסט, זלאזיץ, די שוואגער'ס האדמו"ר מראדאשיץ, און הרה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי אב"ד טשערנאביל אלעד, און די מחותנים פונעם נפטר האדמורי"ם מזידיטשוב בני ברק, קארלין לעלוב, הרה"צ רבי נחמן בידערמאן מלעלוב, הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלרשטאם אבד"ק קרית צאנז נתניה, הגה"צ רבי יעקב דוד הלברשטאם אב"ד צאנז טשאקאווא, הרה"צ רבי שלום פאללאק מבערגסאז ירושלים, הגאון רבי שלמה שטערן דומ"ץ צאנז חיפה, און הרה"צ רבי דוד הלברשטאם בן האדמו"ר מגארליץ.
צום ערשט האט מספיד געוועהן אביו הגדול כ"ק גאב"ד ראדאמישלא שליט"א ארומרעדנדיג בשבח הנפטר, און מצדיק געווען דין שמים באהבה. דערנאך האט מספיד געווען חותנו הגדול כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א וואס האט פאר איבער א האלבע שעה ארומגערעט געהויבענע שטריכן פון זיין איידעם דער נפטר בתורה עבודה וגמילות חסדים.
דאן האט מען געהערט דברי הספד פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וואס האט בקול נהי ובכי תמרורים באוויינט די שווערע טראגעדיע, און מעורר געווען לתשובה ותיקון המעשים. דערנאך האט מספיד געווען בקול בוכים הגאון רבי מנחם מענדל פוקס גאב"ד רמות ד' וואס האט מפליא געווען די צדקות און גדלות פונעם געהויבענעם נפטר, און די פארלוסט פאר די גאנצע געגענט אין רמות.
דערנאך האט מען געהערט א רייע הספדים פון די חשובע קינדער און איידימער, פונעם שוואגער הגה"צ רבי חיים יחיאל מיכל הלברשטאם אב"ד סטראפקוב וואס דינט אויך אלס מרביץ תורה אין די צאנזער ישיבה אין ירושלים ווי די נפטר האט לאנגע יאהרן מרביץ תורה געווען לעדרים, ער האט זיך געזעגענט אין נאמען פון די תלמידי וצוות הישיבה, און געבעטן ער זאל זיין א מליץ יושר פאר זיינע תלמידים הקרוים בנים. צום שלוס האט מספיד געווען אחיו כ"ק אדמו"ר מברעזאן שליט"א.
נאך די הספדים וואס האבן אנגעהאלטן קרוב צו דריי שעה האבן די בני המשפחה געריסן קריעה כדת וכדין, און די קינדער האבן געזאגט קדיש. דערנאך האט מען באגלייט די מיטה ברחובה של עיר צום ריכטונג פון הר הזיתים.
נאך סתימת הגולל האט די פאטער כ"ק גאב"ד ראדאמישלא געזאגט קדיש מיט גרויס בכיות, און עס האבן גערעט דברי פרידה די ברודער הגה"צ רבי מרדכי היילפרין אב"ד קהל חסידים ביתר, און א איידעם הרה"ג ר' יעקב מאיר הלברשטאם שליט"א זון פון הגה"צ אב"ד קרית צאנז נתני' שליט"א, דערנאך זענען די אנוועזנדע אדמורי"ם און די גאנצע ציבור דורך מנחם אבל זיין די אבלים צווישן די שורות, כנהוג.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.