הויפט בלאט באריכט מעמד קביעת מזוזות פאר צייטווייליגע ביהמ"ד דק"ק סאטמאר מאנטשעסטער נאך העלישע פייער ביים ביהמ"ד דעם ווינטער

מעמד קביעת מזוזות פאר צייטווייליגע ביהמ"ד דק"ק סאטמאר מאנטשעסטער נאך העלישע פייער ביים ביהמ"ד דעם ווינטער

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' אמור • י"ג אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

שטייענדיג צוויי חדשים נאך די שרעקליכע פייער וואס האט אנגעברענגט ערנסטע שאדן פארן בנין ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר אויף די נארטהאמבערלאנד גאס אין מאנטשעסטער, איז אפגעהאלטן געווארן די מעמד קביעת מזוזות פאר די נייע צייטווייליגע בית המדרש פון די קהילה, אין שפיץ פונעם רב הגה"צ ר' ישראל חיים הורוויץ שליט"א מראחוב ואבד"ק סאטמאר מאנטשעסטער.

ווי באקאנט האט ביי די שריפה נישט פאסירט צו גרויסע שאדן פאר די היכל ביהמ"ד זעלבסט בחסדי ה', נאר אויף די אויבערשטע שטאקן וואו עס געפונט זיך די קהילה אפיסעס, און אזוי אויך ביי די חדרי תפילה, ווייבער שול, פאליש און אלעס ארום, צוליב דעם האט מען אונטערגענומען א בוי פראיעקט אהערצושטעלן אין א שנעלן אימפעט א צייטווייליגע לאקאל ביים ברעק פון ביהמ"ד, א צוויי שטאקיגע סטראקטור וואס אנטהאלט א ווייבער שול, חדרי תפילה, כולל אברכים, בתי הכבוד און נאך פארשידענע איינריכטונגען וואס זענען פארניכטערט געווארן ביי די שווערע שריפה.

דעם נייעם ביהמ"ד איז באנייעט געווארן ביי א מסיבת לחיים אין שפיץ פונעם רב שליט"א וואס האט משמיע געווען דברי שבח והודאה אויף די פריידיגע מאמענט.

אין אנדערע נייעס גייען אן אין פולסטן קראפט די פלענער אויפצובויען א נייע בנין פאר די ביהמ"ד הגדול, ווען פאריגע וואך איז אפגעהאלטן געווארן א ספעציעלע אסיפה פאר די חברי הקהילה, אינאיינעם מיט די בארימטע ארכיטעקט הרב ר' אהרן קאוט הי"ו וואס האט שוין עקספערטיז אין דעם פעלד פון אהערשטעלן פארגעשריטענע מהלכים און דעזיינס פאר די אויסשטעל פון בנינים אדירים בעולם התורה וחסידות, וועלעכע איז נתמנה געווארן צו שטיין אויף די מלאכה אויפצובויען א שפאגל נייעם בנין בתכלית ההידור, און מ'האט אים ארויסגעברענגט צו קומען אויסשמועסן די פלענער מיטן ציבור. אזוי האט די ארכיטעקט געשילדערט יעדן פרט פון די ארכיטעקט פלענער, און ווי אזוי מ'וועט אהערשטעלן יעדן דעטאל אינעם בנין, אנגעהויבן פונעם היכל ביהמ"ד וואס וועט פארבלייבן כמתכונתו און וועט נאר פארברייטערט ווערן מיט גרויס רחבות, און אזוי ווייטער ביז אלע היכלי תורה ותפלה, עזרת נשים, פראכטפולע מקווה טהרה און אלע באקוועמע און רחבות'דיגע איינריכטונגען לצרכי הציבור דורכאויס אלע שטאקן.

ביים אסיפה איז געמאלדן געווארן אז בעצתו פון די מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז אוועקגעשטעלט געווארן א ספעציעלן וועד וואס וועט זיך אפגעבן מיט אלע פלענער און וועלן שאפן די נוטיגע פאנדן פון די סאטמארער נגידים נדיבי לב, צו קענען ברענגען דעם פראיעקט לידי גמר.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00