זונטאג פ' אמור • י"ג אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
דעם קומענדיגן זונטאג און מאנטאג פרשת אמור, י"ג און י"ד אייר, איז דורך ק"ק באבוב – 45 באשטימט געווארן דער קאמפיין אויפצוטרייבן פאנטאסטישע נדבות צו קענען פארענדיגן דעם גיגאנטישן בנין הביהמ"ד וואס ווערט געבויעט אין צענטער פון בארא פארק אויף די 49'סטע גאס און 14'טע עוועניו.
דער איצטיגער קאמפיין קומט נאכדעם וואס אין די לעצטע חדשים האט זיך די ארבייט גאר שנעל פאראויסגערוקט. דער גאנצער דרויסענדיגער סטרוקטור שטייט שוין אויף א הייעך פון 60 העכער דער ערד, און נאך 40 פיס אונטער דער ערד.
אינעווייניג אינעם בנין זענען שוין פארענדיגט געווארן אויף אלע זיבן שטאקן פון די געביידע, די עלקטעריק, פלאמבינג, עירקאנדישאן און הייצונג סיסטעמען, לאו וואלטעזש, פרעימינג און אלעס וואס עס פעלט זיך אויס צו לויפן אינעווייניג אין די ווענט, אין די יעצטיגע טעג ווערן די ווענט צוגעמאכט און פארענדיגט אויף אלע שטאקן פונעם בנין.
דערווייל, זינט דאס אויפקויפן פון די שטחים, ביז צום יעצטיגן שטאפל אין די בוי ארבייט, האט שוין דער פראיעקט אפגעקאסט די פאנטאסטישע סומען פון איבער 52 מיליאן דאללער, וואס דאס אלעס איז געשאפן געווארן דורך די הנהלת קרן הבנין, סיי פון די נגידים ושועים פון די קהילה און סיי פונעם אלגעמיינעם ציבור בני הקהילה.
צווישן די גרעסערע נדבות וואס זענען אריינגעקומען ציילן זיך: הרה"צ רבי יחזקאל שלאף שליט"א אב"ד ביאלאווא וועלכע האט מנדב געווען זכות ביהמ"ד הגדול 'אהל נחום' ע"ש אביו הרה"צ רבי נחום שלאף זצ"ל. דער גאנצער מבצר האדיר וועט גערופן ווערן 'בנין דונער' און איז נתנדב געווארן דורך הנגיד הטפסר ר' בן ציון דונער ע"ה, און לאחר פטירתו דורך בניו החשובים שיחי' לשמו ולזכרו. דער היכל התורה טראגט דעם נאמען 'עץ חיים' ע"ש הרה"ח ר' חיים וואלקאן ז"ל מתלמידי בעל הקדושת ציון זי"ע נדבת נכדו הנגיד החסיד ר' שלמה גאלדשטיין הי"ו. האחים הנגידים לבית פרישוואסער שליט"א נכדי הרה"ק בעל הקדושת ציון מבאבוב הי"ד וועלכע האבן מנדב געווען דעם מקוה טהרה מעייני הישועה, ע"ש אביהם הנגיד החסיד ר' יהושע מאיר פרישוואסער ז"ל. דער פראכטפולער ארון הקודש איז נתנדב געווארן פאר א סכום אדיר דורך הנגיד הנכבד הרב שמואל זיינוויל שארף שליט"א לז"נ אביו הרבני הנגיד ר' לייבוש שארף ז"ל.
א חלק הארי פון די נדבות איז אריינגעקומען דורך די בעה"ב ואברכי הקהילה וועלכע האבן זיך אלע אונטערגעגארטלט מיט מסירת נפש און גענומען אויף זיך מנדב צו זיין 18 טויזענט דאללער עפ"י די פערזענליכע בקשה פונעם רבי'ן שליט"א תיכף ביים אנהייב פונעם פראיעקט מיט עטליכע יאר צוריק, און כהיום האט שוין רוב רובו פונעם ציבור אויסגעצאלט דעם גרויסן התחייבות.
אצינד זענען די עיניים צופיות פון די באבוב-45 חסידים געוואנדן צו אונזערע ברודער אחינו בני ישראל בכל מקומות מושבותיהם. אנקעגן צו קומען מיט סיוע שיש בו ממש און ארויסהעלפן די קהילה נאה וחסידה וועלכע שטייען שוין ענדליך ביים שוועל פון אנקומען אל המנוחה ואל הנחלה, נאך אזויפיל יארן נישט האבענדיג אייגענע ד' אמות וואו צו קענען דינען השי"ת מיט הרחבת הדעת.
עס איז ערווארטעט אז כלל ישראל וועט ארויסווייזן שטיצע און העלפן די חברי הקהילה אנקומען צו זייערע צילן, און דערמיט ברענגען לידי דעם בנין האדיר 'מרכז העולמי דחסידי באבוב – 45', לתפארת הקהילה הק' ולתפארת צדיקי בית באבוב לדורותם זי"ע.