הויפט בלאט באריכט נייער מייעסטעטישער בנין פון "ישיבה לצעירים דסאטמאר- בנין בראך" אין וויליאמסבורג באנייט בשטומ"צ

נייער מייעסטעטישער בנין פון "ישיבה לצעירים דסאטמאר- בנין בראך" אין וויליאמסבורג באנייט בשטומ"צ

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' אמור • י"ג אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

מיט פרייד כוואליעס איז די וואך אפגעראכטן געווארן די מעמד קביעת מזוזה און חנוכת הבית פארן נייעם פּראכטפולער בנין הישיבה "בנין בראך" פון די סאטמארער "ישיבה לצעירים" אין שטאט וויליאמסבורג וואס איז בשעטומ"צ שוין גענצליך פארענדיגט מבית ומבחוץ, ותרב שמחתם פון עדת חסידי סאטמאר אומעטום, ובפרט צווישן חסידי סאטמאר תושבי וויליאמסבורג, וואס גיבן אפּ שבח והודי' לקל גומר עלי, אויף די זכי' וואס מען האט ב"ה מיטצוהאלטן דעם געוואַַלדיגן הרחבת גבולי הקדושה וואס גייט אן אויף אזא ברייטן פארנעם, להגדיל תורה ולהאדירה.

דער נייער בנין אויף ראטלידזש סט. איז געבויט געווארן פאַַר די תלמידים פון די ישיבה לצעירים דסאטמאר אין וויליאמסבורג, וועלכע האט זיך קונה געווען דעם כתר שם טוב, אַַלס א מקום תורה מיוחדת במינה, אונטער די פּערזענליכע הדרכה פונעם ראש הישיבה הגה"צ אבדק"ק ור"מ סאטמאר – וויליאמסבורג שליט"א, וואס עינו ולבו שם כל הימים פאר די הצלחה פון די תלמידים.

די וואך זונטאג איז דער בנין ב"ה באנייט געווארן בשטומ"צ, ווען די תלמידי הישיבה האבן אנגעהויבן דעם טאג בין הכתלים פון דעם נייעם בנין. דערויף איז דינסטאג אפגעהאלטן געווארן די גרויסע מעמד "קביעת מזוזה" אין שפיץ פון די נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס האט באגלייט דעם בוי פראיעקט דורכאויס די גאנצע צייט, און האט כסדר מחזק געווען דעם בונה ומקים הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו ממשיך צו זיין בעבודתו להצלחת הישיבה.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז די רבי אנגעקומען קיין וויליאמסבורג צום מעמד, ביים אנקומען איז דער רבי אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א קענטיגע קורת רוח. דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מנחה ברוב עם און אזוי ארום מחנך געווען די פראכטפולע היכל בית המדרש בתורה ובתפילה.

נאך מנחה האט די רבי שליט"א קובע געווען א מזוזה ביים אריינגאנג פון ביהמ"ד און איז דערנאך ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אינעם גאנצן בנין אויף אלע שטאקן און צימערן אין באגלייטונג פון בנו הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, און דערביי געהערט א באריכט פון הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו – נדבן הבנין.

דאן איז די רבי ערשינען צום מסיבת לחיים רבתי לרגל די חנוכת הבית ביי וועלכן מהאט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סאטמאר וומס"ב שליט"א העומד בראש הישיבה און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן, און דערביי ארומגערעדט לשבח פונעם נדבן החשוב הנגיד ר' אברהם הי"ו, וויפיל כוחות ער האט אריינגעלייגט אהערצושטעלן אזא שיינעם בנין בדמים תרתי משמע, און די כוחות וואס ער לייגט אריין א גאנץ יאר להצלחת הישיבה.

דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר בנו הגה"צ די רב שליט"א, פאר הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א מנהל הישיבה, פארן נדבן ר' אברהם בראך, און פאר אלע תלמידי הישיבה. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, אנהייבנדיג מעניני הפרשה, און ארויסגעברענגט אז נאר דורך די זכות פון יעקב אבינו קען מען זיך האלטן אין גלות און די עקזיסטענץ פון כלל ישראל אפילו אין די טריפה'נע אמעריקע איז נישט ע"פ דרך הטבע. 

דער רבי האט ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה אז מען קען זיך צוזאמקומען פאר א חנוכת הבית פאר אזא בנין מפואר, וואו די בחורים וועלן ווייטער שטייגן לשם ולתפארת, און ממשיך געווען מיט יסודות'דיגע דברי הדרכה פאר די בחורים איבער התמדת התורה, עבודת התפלה און פירן א געהויבענעם חסיד'ישן התנהגות מיט א ברען און פלאם ווי ס'פאסט פאר חסיד'ישע בחורים. 

באזונדער האט דער רבי דערמאנט לשבח דער חשוב'ער נדבן הבנין הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו וועלכער האט אויפגעבויט אזא שיינער בנין מפואר פאר די ישיבה, און דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פונעם נדבן פאר אלע אנדערע פראיעקטן און בנינים בתוככי הקהילה אין וויליאמסבורג, וועלכע זענען אהערגעשטעלט אויפן שענסטן און בעסטן פארנעם און זענען איבערגעפילט מיט מתפללים און לומדים אויפן העכסטן סטאנדארט. דער רבי האט ממשיך געווען איבער די פרישע פראיעקט פונעם נדבן וועלכער גייט בעז"ה אויפשטעלן ביליגע דירות אין קרית יואל, און דערביי ארויסגעברענגט מיט ווייטאג די אומגעהויערע שווערע מצב מיט די דירות אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, ווי שוין ברייט באריכטעט.

דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכת קדשו פאר די הנהלת הישיבה און פאר אלע תלמידים, און א ברכה מיוחדת פאר'ן חשוב'ן נדבן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו און די גאנצע משפחה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב לכל הקהל הקודש.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00