מוצאי שבת פ' אחרי קדושים • י"ב אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
חסידי וויזניץ קייאמישע נעמען אויף מיט פרייד איבער די לאנג ערווארטעטע פייערליכע געשעעניש בקרב הקהלה, ווען עס וועט דעם קומענדיגן ל"ג בעומר געפייערט ווערן ברוב שמחה וגילה ובמעמד כל קהלה קדישא די חגיגה רבתי "הנחת אבן הפנה", צום נייעם גיגאנטישן בית גדול וקדוש, דער ביהמ"ד החדש און מרכז תורה ותפלה אין קרית וויזניץ קייאמישע.
ווי שוין באריכטעט עטליכע וואכן צוריק האט מען נאך לענגערע הכנות זיך גענומען מיט די פאקטישע בוי-ארבעט לבנות בית ה', נאכדעם וואס דער עקזיסטירנדער אריגינעלער ביהמ"ד אינעם שטעטל איז שוין שטארק אויסגעוואקסן, ובפרט אין די שיינע שבתים וימים טובים בצל קדשו פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א, ווען דער ביהמ"ד איז צר מהכיל צו אקאמאדירן דעם ריבוי העם.
מיט עטליכע וואכן צוריק האט זיך שוין אנגעהויבן אנזען פאקטישע צוגרייטונגען אויפ'ן שטח, ווען מ'האט אנגעהויבן אויסהאקן ביימער, און גרייט מאכן דעם באדן פאר די בוי ארבעט.
אצינד, ווען מ'גרייט זיך שוין אנהייבן גיסן די יסודות הבנין, איז באשטימט געווארן דער מעמד הנחת אבן הפנה, אויף דעם קומענדיגן ל"ג בעומר, ברוב עם הדרת מלך זקנים עם נערים אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א.
דער מעמד וועט פארקומען על שטח הבני' אויף דער בארנעס גאס, הארט נעבן ביתו נאוה קודש פונעם מייסד הקרי' הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל, וואס וועט ווערן אהערגעשטעלט אויף א גרויסן פארנעם לכבוד המאורע.
פרייטאג ביום ל"ג בעומר וועט דער רבי רבי דאווענען שחרית ברוב עם הדרת מלך, די מעמד וועט פארקומען באלד נאכן דאווענען אנגעהויבן מיט פרקי תהילים און דערנאך וועט פארקומען די יציקת היסודות נאכגעפאלגט מיט פייערליכע טענץ, ווען מ'וועט זיך משמח זיין בתופים ומחולות לכבוד היום ולכבוד המאורע. נאכן מעמד וועט דער רבי שליט"א מעריך זיין אינעם היכל הביהמ"ד דעם שלחן הטהור לכבוד ל"ג בעומר.