הויפט בלאט באריכט פתחו שערים: אלפי חסידי באבוב-45 מאביליזירט ביי כינוס אדיר "פתיחת שערים" פון נייעם מרכז העולמי לקראת ר"ה תשפ"ו

פתחו שערים: אלפי חסידי באבוב-45 מאביליזירט ביי כינוס אדיר "פתיחת שערים" פון נייעם מרכז העולמי לקראת ר"ה תשפ"ו

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' אחרי קדושים • י' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

בילדער קרעדיט: אברומי בלום


מיט אן אייפערדיגן ברען האבן זיך טויזנטער חסידי באבוב-45 נעכטן זונטאג מאביליזירט אין די מגבית אדירה "פתיחת שערים" מיט'ן ציל צו שאפן די לעצטע מיליאנען צו קענען פולקאם פארענדיגן דעם נייעם בנין ביהמ"ד הגדול דחסידי באבוב-45 אין שטאט בארא פארק.

אצינד ווען דער בנין איז שוין אט גרייט, און שטייט אין די לעצטע שטאפלן איידער מען זיך בעז"ה אריינציען, פעלט זיך נאך אויס אויפצוטרייבן א באדייטענדע סומע געלט צו ברענגען דעם מאסיוון פריאעקט לידי גמר. דעריבער האט די הנהלת קרן הבנין בברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א געלאזט אין גאנג דעם מגבית 'פתיחת שערים', וואס כשמו הוא כן הוא, א קאמפיין פאקטיש צו עפענען דעם שערי הבנין הגדול והמפואר דעם קומעדיגן ראש השנה שנת תשפ"ו.

צום עפענונג פונעם קאמפיין איז אפגעהאלטן געווארן א גרויסארטיגער כינוס "פתיחת שערים" אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול, וואו דער גאנצער ציבור האט מיטגעלעבט שעות של קורת רוח און מיט איבערראשנדע געמיטער מיטגעהאלטן די לעבעדיגע פרעזענטאציע פון די אומגלויבליכע שנעלע פארשריט אויף אלע פראנטן, ווען עס איז געצייגט געווארן יעדן דעטאל פון די בוי-ארבעט, וואס מארשירט העפטיג פאראויס.

דער אסיפה איז פארגעקומען בתוככי הבנין החדש אויפן אונטערשטן שטאק, וואס וועט דינען אלס היכל התורה – עץ חיים.

איידער די אסיפה האט דער ציבור געהאט די געלעגנהייט ארומצושפאצירן אינעם געביידע און מיטהאלטן פון דער נאנט די העפטיגע פארשריט וואס איז געמאכט געווארן אין די לעצטע תקופה, ווען ארום 80 פראצענט פון די ארבייט איז שוין בס"ד אינגאנצן פארענדיגט.

ביים אסיפה האט מען געהערט א באריכט פונעם מייסטער ארכיטעקט פונעם געביידע הר"ר אהרן עסטרייכער הי"ו פון ארה"ק, וועלכע האט איבערגעגעבן די דעטאלירטע פלענער וואס מען פלאנט צו טון מיטן עקזעטירענדן געביידע וואס דינט אצינד אלס ביהמ"ד לימות החול פון די קהילה און אלס היכל הכולל פון די אברכים, באקאנט אלס די 'באלקעני' געביידע. וואס א גרויס טייל פונעם יעצטיגן קאמפיין איז געווידמעט צו פינאנצירן דעם טייל פונעם פראיעקט.

לויט די פלענער וואס זענען פארגעשטעלט געווארן פארן ציבור, וועט דער גאנצער באלקעני געביידע ווערן א טייל פונעם בנין הביהמ"ד, און דער בנין וועט בלייבן שטיין כמו שהוא, און וועט נישט אראפגעווארפן ווערן. נאר עס וועט אדורכגיין א דורכדרינגליכטן איבערבוי, ווען אלעס וואס געפונט זיך אצינד אינעם בנין וועט גרונטליך איבערגעבויט ווערן פונדוסניי. די דעזיינס און אויסלייג פונעם רענאווירטן באלקעני געביידע וועט זיין אייניג מיטן רעשט פונעם גאנצן בנין, און עס וועט זיך נישט דערקענען אז דאס איז בכלל א צוזאמגעשטעלטער געביידע.

אויפן ערשטן שטאק וועלן אויפגעבויעט ווערן עטליכע שטובער אלס חדרי התפילה, און וועט ווערן באהאפטן צו די רעשט חדרי התפילה אויפן ערשטן שטאק, וואס דאס וועט ברענגען דעם צאל חדרי התפילה צו 8. און אויפן צווייטן שטאק וועט זיך דער געביידע באהעפן צום היכל ביהמ"ד הגדול, און צוגעבן נאך גאנצע ריזן שטח צום ביהמ"ד הגדול, צוגעבענדיג נאך הונדערטער זיץ פלעצער לרווחת הציבור הגדול המסתופפים בצל הקודש.

אזוי אויך צוליב דעם וואס אויפן דריטן שטאק פונעם באלקעני בנין וועט אויפגעבויעט ווערן דער גרויסער סוכה פון 7,000 סקוויר פיס גרויס און 40 פיס הויעך, וועלן דעריבער אויף די ערשטע צוויי שטאקן צוגעלייגט ווערן שווערע זוילן צו קענען האלטן די אויבערשטע שטאקן מיט א פעסטקייט.

לויט די פלענער וואס ר' אהרן עסטרייכער האט איבערגעגעבן וועלן די צוויי געביידעס שוין באהאפטן ווערן און אריינגיין אין באנוץ שוין דעם קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט.

אזוי אויך איז ביים אסיפה רבתי געמאלדן געווארן די פלענער פארן צווייטן פאזע פונעם ביהמ"ד הגדול, ווען בקרוב וועלן די תלמידי המתיבתא פארלאזן דעם עקזעסטירנדן בנין המתיבתא אויף די 52'סטע גאס. דארט וועט בעז"ה אויפגעבויעט ווערן א בנין רחבת ידיים פאר די Y געביידע, וועלכע וועלן דערפאר איבערגעבן פאר קהילת באבוב – 45 זייער יעצטיגע געביידע און דערויף וועט אי"ה אין צוקונפט אויפגעבויעט ווערן דער צווייטער פאזע פונעם ביהמ"ד הגדול. באזונדער ווערט דורך די הנהלת המתיבתא אויפגעבויעט אין די יעצטיגע טעג א בנין גדול ומפואר רחבת ידיים אויף די 38'סטע גאס אין בארא פארק

עס זענען געהערט געווארן קורצע דרשות פון העסקן החשוב הרב בן ציון יוסף ריינהאלד הי"ו יו"ר הפאנדרעיזינג אפיס, וועלכע האט איבערגעגעבן א קורצן באריכט פון די געוואלדיגע פעולות וואס עס זענען שוין געטון געווארן דורכן פאנדרעזינג אפיס צו שאפן די נויטיגע פאנדן און מיט א קלארקייט ערקלערט פארן ציבור פארוואס עס איז אזוי וויכטיג זיך צו ווענדן צו אחינו בני ישראל צו העלפן די קהילה קדושה פארענדיגן דעם בנין. אזוי אויך האט מען געהערט וויכטיגע אנווייזונגען פון הר"ר שלמה זלמן שפיטצער הי"ו, וועלכע איז בארימט אין די וועלט פון פאנדרעיזינג און קאמפיינען, וועלכע האט איבערגעגעבן טעכנישע אנווייזונגען און עצות טובות וויאזוי צו קענען שאפן די סכומים וואס דער ציבור נעמט זיך אונטער.

מיט א יראת הכבוד האט דער ציבור האלפים זיך איינגעהערט צו די דברות קודש פון כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב – 45 שליט"א. וועלכע האט אנגעהויבן מיט א שבח והודיה צום אויבערשטן אז בזכותם פון אבותיו ורבותיו הק' איז מען זוכה אז מ'האלט שוין דא, אז מען שטייט שוין אינעווייניג אינעם בנין הגדול והקדוש, וואס דא וועלן מיר בעז"ה דינען אויבערשטן מיט אן הרחבת הדעת ביז משיח'ס טאג.

א לענגערע צייט האט דער רבי מאריך געווען בשבחו פון די הייליגע קהילה וועלכע האבן זיך כולם כאחד אריינגעווארפן מיט א מסירת נפש צו קענען ברענגען דעם בנין צום ווייטגרייכנדן שטאפל ווי עס געפונט זיך שוין אצינד בס"ד. דער רבי האט אריינגעטייטשט די בחינות פון די מסירת נפש פונעם ציבור אין די מידות פון די פארלאפענע ימי הספירה חסד, גבורה און תפארת. נאכזאגענדיג מפי ספרים וסופרים מדברות קדשו פון אדמור"י באבוב זי"ע ולמעלה בקודש און פאסיג אריינגעטייטשט צום יעצטיגן מאורע.

דער רבי האט אויך אויסגענוצט די געלעגנהייט ספעציעל צו באדאנקן די חשוב'ע עסקנים וואס האבן משים געווען ימים כלילות כדי צושטאנד צו ברענגען דעם מאסיוון פראיעקט, און האבן זיך אצינד פון פריש אנגעגארטעלט מיט פרישע כוחות צו שאפן דאס פארבליבענע וואס מען דארף כדי צו ברענגען דעם בנין לידי גמר און זיך קענען אריינציען דערין בעז"ה קומענדיגן ראש השנה תשפ"ו.

דאן האט דער רבי זיך געוואנדן צום גאנצן ציבור און געבטן פון יעדן איינעם באזונדער אז מ'זאל זיך אונטערנעמען פון פריש סכומים עצומים, און לכה"פ דעם סכום פון 5,400 דאללער, ביים קאמפיין וואס וועט פארקומען קומענדיגן זונטאג און מאנטאג פ' אמור. דער רבי שליט"א האט מדגיש געווען אז דער קאמפיין וועט זיין אויפן מערסט אויסגעהאלטענעם אופן, לויט די כללים וואס זענען באשטימט געווארן דורך די הנהלת חומת הדת פון די קהילה לענייני טעכנעלאגיע.

די דברות קודש פון רבי'ן האט אריינגעברענגט א גייסט פון התלהבות דקדושה ביים גאנצן ציבור, און מן המחשבה אל המעשה איז באלד אויסגעטיילט געווארן א ספעציעלער צעטיל ווי דער ציבור האט געקענט אריינשרייבן וויפיל געלט זיי נעמען זיך אונטער צו שאפן, און נאכן אריינפילן איז דער ציבור אריבער כבני מרון פארן רבי'ן שליט"א איבערגעבענדיג דעם שטר קבלה און ערהאלטן ברכת קדשו.

אן עקסטערע קורת רוח האט זיך אנגעזען אויפן רבי'ן שליט"א, ווען א טייל פונעם ציבור האט זיך אונטערגענומען גרעסערע סכומים ווי מען האט געבעטן, א שיינער ציבור האט גענומען אויף זיך דעם סכום פון 18 אלפים, און עטליכע האבן גענומען אזויפיל ווי 100 אלפים. דער רבי איז געזיצן נאכן מעמד און אפגענומען די שטרי קבלה פון די חסידים במשך עטליכע שעה נאכאנאנד, נאכגעפאלגט מיט נאך עטליכע שעה במשך דעם פאלגענדן טאג מאנטאג.

באזונדער איז היינטיגן מאנטאג פארופן געווארן א מסיבה דורכן רבי'נס זון הרה"צ רבי יחזקאל אונגער שליט"א – וועלכע איז פון די בריחי התיכון פון דעם פארצווייגטן פראיעקט – וועלכע איז געווען געווידמעט פאר נגידים און עסקנים וועלכע האבן די מעגליכקייטן אויפצוטרייבן גרעסערע סכומים. ביים מסיבה האט מען געהערט דברות קודש פון רבי'ן שליט"א, און די נדיבים זענען אריבער דעם רבי'ן שליט"א איינציגווייז איבערגעבן דעם סכום וואס זיי נעמען זיך אונטער צו שאפן.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00