הויפט בלאט באריכט גרויסארטיגע סאטמארער הדלקה ל"ג בעומר אין קרית יואל ווערט אהערגעשטעלט מיט פרישע חידושים אין זמן און פלאץ

גרויסארטיגע סאטמארער הדלקה ל"ג בעומר אין קרית יואל ווערט אהערגעשטעלט מיט פרישע חידושים אין זמן און פלאץ

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' אחרי קדושים • י' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

מיט שטורמישע געפילן און התרגשות'דיגע געמיטער גרייטן זיך רבבות אלפי ישראל און חסידי סאטמאר מיטצוהאַַלטן דעם פייערליכער מעמד ההדלקה וואָָס וועט אי"ה אָָנגעצינדן ווערן בליל השמחה פונעם גרויסן טאָָג "ל"ג בעומר" לכבוד התנא האלקי רבן שמעון בר יוחאי זי"ע, דורך כ"ק אדמו"ר מסאַַטמאַַר שליט"א, און וועט דאָָס יאָָר אן אָָפּגעראָָכטן ווערן אויף א פרייליכן און געהויבענעם פאַַרנעם, מיט די פרישע חידושים וואָָס ווערט איינגעשטעלט דורך די עסקנים, מיטן ציל צו קענען אָָפּרעכטן דעם מעמד באַַקוועם און לייכט פאר די רבבות אלפי ישראל, זקנים עם נערים וואָָס דערווארטעט מיטצוהאַַלטן די שמחה הגדולה לכבוד דעם גרויסן טאָָג פון ל"ג בעומר.

ערוואַַרטנדיג א ריזן ציבור וואס ווערט נתרבה פון יאהר צו יאהר האָָבן די עסקנים דאָָס יאָָר זיך אַַריינגעלייגט מסדר צו זיין דעם מעמד מיט א ריי פון פרישע חידושים, סיי אינעם אויסשטעל פונעם גיגאַַנטישן שטח ההדלקה, און בעיקר מיטן אויסשטעלן די סדרי הזמנים פונעם הייליגן מעמד, אַַז עס זאָָל זיין מער צוגעפּאַַסט פאר די טויזנטער טויזנטער אידן, יונג און אַַלט פון אַַלע מקומות, צו קענען מיטהאַַלטן דעם גאַַנצן מעמד מיטן ריכטיגן הרחבת הדעת ומנוחת הנפש. 

אנדערש ווי אלע יאהרן וועט זיך די מעמד אָָנהייבן אין א פריע שעה, אָָנגעהויבן אום 7:30 נאָָכמיטאָָג, נאָָך איידער עס פאַַלט צו די נאַַכט פון ליל ל"ג בעומר. די מעמד זיך אָָנהייבן מיט די וואַַרעמע ניגוני התעוררות, פאָָרגעזינגן דורך די קאַַפּעליע מנגנים, אָָן קיין מוזיקאַַלישע באַַגלייטונג צוליב די ימי הספירה, דערויף וועט מען האָָבן די זכי' צו הערן די דברות קודש מלהבות אש פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאַַטמאַַר שליט"א, וואָָס וועט זיין די ריכטיגע הכנה אין די לעצטע מינוטן איידער'ן כניסת היום פון דעם גרויסן טאָָג ל"ג בעומר. 

דערנאך וועט מען דאווענען מעריב און ספירת העומר ברוב עם הדרת מלך אויפ'ן ברייטן גיגאַַנטישן שטח ההדלקה, תיכף נאָָך תפלת מעריב, וועט דער רבי שליט"א צוטרעטן צום מעמד ההדלקה, ווען באַַגלייט מיטן המשך פון די ניגוני התעוררות, אַַצינד שוין יאָָ מיט מוזיקאַַלישע באַַגלייטונג, וועט דער רבי שליט"א מדליק זיין דעם מדורת אש. גלייך נאָָכ'ן מדליק זיין דעם מדורת אש, וועלן די טויזנטער משתתפים זיך אַַרויסלאָָזן אין די ריקודין נלהבים לכבוד היום, וואָָס מיטן אָָנהייבן דעם מעמד גענוג פרי, וועט אי"ה ערמעגליכט זיין ממשיך צו זיין מיט די ריקודין במשך לענגערע שעות נאָָכאַַנאַַנד, לכבוד התנא האלקי רבן שמעון בר יוחאי.

 גלייכצייטיג האָָבן די עסקנים דאָָס יאָָר מסדר געווען פונדאָָסניי דעם גאַַנצן אויסשטעל פונעם שטח ההדלקה, וואָָס וועט זיין אויסגעשטעלט אויף א נייעם חידוש'דיגן פאַַרנעם, צו ערמעגליכן בעזהשי"ת פאר די טויזנטער משתתפים, מענער און פרויען, צו קענען מיטהאַַלטן יעדן דעטאַַל פון דעם מעמד נשגב. 

במשך די לעצטע יאָָרן, זינט דער מעמד ההדלקה איז אַַריבערגעפירט געוואָָרן צום נייעם גיגאַַנטישן שטח אויף די זייט פון ביהמ"ד הגדול, זענען די עסקנים כסדר געזעסן און פּלאַַנירט וויאַַזוי אויסצושטעלן דעם מעמד אויפ'ן בעסטן פאַַרנעם. דאס יאר איז באַַשטימט געוואָָרן צו שטעלן דעם אויבנאָָן פונעם מעמד, אויף צד צפון, האַַרט נעבן דעם בנין מצבר הכוללים, וואָָס ברענגט מיט זיך פאַַרשידענע מעלות, בעיקר מיט דעם וואָָס אַַזוי וועט דער גאַַנצער שטח ביז ווייט אַַוועק, ביז נאָָכ'ן בנין ביהמ"ד הגדול, ווערן אַַריינגענומען אַַלס א חלק פונעם מעמד ההדלקה, און יעדער יחיד פון וואו ער וועט שטיין און זיך געפונען, וועט זיך שפּירן ווי א חלק פון דעם מעמד נשגב הוד ומרומם.

 לרגל דעם וואס דער מעמד וועט זיין אויסגעשטעלט אויף א פרישן פאַַרנעם, האָָט מען אין די טעג שוין געזען די עושי המלאכה ביי אַַלע ווינקלען פונעם גרויסן שטח, צו פאַַרזיכערן אַַז מען קען אָָפּהאַַלטן די ריקודין אויפ'ן גאַַנצן ברייט פון דעם גיגאַַנטישן שטח ההדלקה. אָָנהייב וואָָך האָָט מען אויסגעגראָָבן דעם צעמענטענעם אפטייל ביים מזרח-זייט פונעם מעמד, אַַז מען זאָָל קענען טאַַנצן מיט הרחבת הדעת ביי יעדן ווינקל פונעם שטח. 

א ספּעציעלן געוויכט ווערט דאָָס יאָָר ווייטער געלייגט דורך די עסקנים אויף די מאַַסיווע טראַַנספּאָָרטאַַציע אונטערנעמונגען צו קענען אַַקאָָמאַַדירן דעם ריזיגן מאַַסן געסט פון אַַלע מקומות וואָָס זענען ערוואַַרטעט צום מעמד, און עס איז באַַשטימט געוואָָרן דאָָס יאָָר איינצושטעלן פאַַרשידענע שינוים לטובה, וואָָס וועט בעזהשי"ת צו העלפן צו לינדערן דעם שווערן טראַַפיק אויפ'ן בעסטן אופן וואָָס נאָָר שייך.

 א פרישער חידוש וואָָס ווערט צוגעשטעלט לכבוד דעם מעמד פון היי- יאָָר, וועט זיין א ברייטע מעגליכקייט צו גיסן אויל אויפ'ן מערכת המדורה, אָָנגעהויבן שוין פון דאָָנערשטאָָג ערב ל"ג בעומר פון אונדערפרי צו געבן דערמיט די געלעגענהייט פאַַר'ן גאַַנצן ציבור צו נעמען א פּערזענליכן חלק און שותפות פון צוגרייטן דעם מדורת אש, און גלייכצייטיג צו האָָבן א חלק אין די הוצאות כבירות פון דעם מעמד נשגב.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00