מאנטאג פ' אחרי קדושים • ז' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: דניאל נפוסי
א שטורמישע אסיפת חירום איז היינט מאנטאג נאכמיטאג אפגעהאלטן געווארן אין שטוב פון מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, איבער'ן קריטישן צו השעה צו ראטעווען דעם עולם הישיבות אין ארה"ק פון צוזאמענבראך, אין שאטן פון די ביטערע גזירת הגיוס.
ביי די דרינגענדע אסיפה איז פראקלאמירט געווארן אפצוהאלטן א מסע הגדולים, כמעשהו בראשונה ווען די גדולי הדור האבן פאריאהר מכתת רגליהם געווען און מזכה געווען דעם יהדות הגולה אין אמעריקא און אייראפע, וואו ס'איז געשאפן געווארן פרעצעדענטלאזע צענדליגער מיליאנען פאר'ן "קרן עולם התורה".
האבן זיך באטייליגט די חברי מועצת גדולי וחכמי התורה, און די גדולי ראשי ישיבות וועלכע האבן געמיינזאם מטכס עצה געווען איבער'ן קריטישן צורך צו אויפרודערן תבל ומלואה איבער'ן חומר המצב, און דער פליכט צו טאן אלעס אין דער וועלט פאר'ן "קרן עולם התורה", וואס איז אין די יעצטיגע שעת הגזירה די איינציגסטע רוקן ביין און אונטערלאגע פאר'ן עקזיסטענץ פונעם עולם הישיבות.
צווישן די דברים חוצבים פון מרן ראש ישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א, האט דער ראש הישיבה באטאנט דער יעצטיגער מצב וואס איז איום ונורא – כלשונו, און מ'טאר נישט ווארטן אפילו א רגע פון טון אלע פעולות וואס נאר מעגליך להצלת עולם התורה, דער ראש הישיבה האט קלארגעשטעלט אז ער זעלבסט וועט ווידער מיטפארן מיט די נסיעה קיין חוץ לארץ טראץ די אלע שוועריקייטן וואס זענען פארבינדן מיט אזא טלטול הדרך.
צווישן די משתתפים ביים אסיפה האבן זיך אויך באטייליגט די חסידישע ראשי ישיבות הגאון רבי משה חיים דנדרוביץ ראש ישיבת שפת אמת גור, הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם ראש ישיבות צאנז, הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, און די גדולי התורה וראשי ישיבות פון די עדות המזרח, וועלכע האבן א לענגערע צייט נושא ונותן געווען איבער'ן שווערן מצב.