דאנערשטאג פרשת טהרה • ג' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
די וואך מאנטאג האט זיך אנגעהויבן די געהויבענע מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א על אדמת אייראפע, די קורצע ביקור המרומם אינעם עיר הבירה וויען אין עסטרייך, וואו דער רבי האט זיך אפגעשטעלט עלי אורח זייענדיג אונטערוועגנס קיין לאנדאן.
דינסטאג אין די נאכמיטאג שעות האט די פליגער פון רבי'ן געלאנדעט אינעם וויען אונטערנעשאנעל עירפארט, וואו עס האבן אפגעווארן די חשובי ונכבדי העדה, אין שפיץ הגה"צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א גאב"ד וויען עסטרייך, דער בעל אכסניא הנגיד החסיד ר' שמואל בנימין שפירא, און נאך חשובע אידן פני העיר.
פון לופטפעלד איז דער רבי צוגעפארן צו די אכסניא פאר געציילטע מינוט, און דערנאך ארויף צו עטליכע נדיבים בעם לטובת די מוסדות, צווישן זיי הנגיד ר' יהושע פרידמאן הי"ו וואו עס איז פארגעקומען די שמחת הווארט פון בתו הכלה.
מנחה מעריב האט די רבי געדאווענט בבית האכסניא וואו א שיינעם ציבור אידן מתושבי המקום האבן מיטגעדאווענט און שלום גענומען פונעם חשובן גאסט.
באנאכט איז פארגעקומען א נאבעלע סעודת ראש חודש בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' שמואל בנימין שפירא הי"ו משולב מיט א געלט-אקציע וואו עס איז אריינגעקומען שיינע סכומים לטובת די מוסדות הק', ביים מסיבה האט מען געהערט שיינע דרשות פון די רבני העיר בראש וראשון פון הגה"צ רבי אברהם יונה שווארץ גאב"ד וויען עסטרייך וואס האט לאנגע יאהרן זיף מסתופף געוועהן בצל הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע און גענאסן א קירבה יתירה ביים רבי'ן, וועלכער האט א לענגערע צייט מאריך געוועהן בשבח המוסדות, באזונדער האט דער רב שליט"א ארויסגעברענגט די געוואלדיגע קידוש השם, די אחדות צווישן די וויזניצער הויפן וואס דאס אלעס איז דעם רבי'ן צו פארדאנקען, אין א בחינה פון אהרן עומד ומטיב את הנרות וואו צדיקים האבן זיך אויסגעדרוקט אויף הרה"ק רבי אהרן טשערנאבילער זי"ע און זיינע ברודער. דערנאך האבן אויפגעטרעטן הגה"צ רבי אשר מרגליות אבד"ק אהל משה וויען און הגה"צ רבי משה אליעזר ווייס אבד"ק מחזיקי הדת. צום סוף האט דער וויזניצער רבי שליט"א משמיע געווען פאסיגע דברות קודש איבער דער גרויסקייט פון ראש חודש, און במעלת החזקת תורה, דער רבי שליט"א האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס.
מיטוואך אינדערפרי איז דער רבי ערשינען אויף תפילת שחרית אינעם צענטראלן בית המדרש קהל חסידים קהל ישראל, בנשיאותו פונעם מרא דאתרא הגה"צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א גאב"ד וויען עסטרייך, וואו עס האבן מיטגעדאווענט די בחורים תלמידי הישיבה קטנה אין שטאט. פארן דאווענען איז דער רבי געגאנגען אין מקוה דארט אין בית המדרש.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים, וואו עס האבן זיך צונויפגעזאמלט פילע תושבי העיר ובראשם רבני ודייני דמתא. דער רבי האט געטרינקען לחיים און אויפגעטרעטן מיט דברות קודש, באגלייט מיט דברי חיזוק והדרכה פאר די בחורים צום נייעם זמן.
נאכן מעמד איז דער רבי אהיימגעגאנגען צו די אכסניא, אין לויף פון די פארמיטאג איז דער רבי ארויף צו די רבני העיר, הגה"צ רבי אברהם יונה שווארטץ גאב"ד וויען עסטרייך, הגה"צ רבי אשר מרגליות אבד"ד אהל משה און הגה"צ רבי משה אליעזר ווייס אבד"ק מחזיקי הדת. ווי אויך איז געוועהן זמני כניסה ווי פילע אידן תושבי המקום זענען אריין מיט קוויטלעך.
שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי ארויסגעפארן צום לופטפעלד אין וויען און ארום זיבן אזייגער האט זיך דעם רבינס פריוואטער פליגער געהויבן קיין לאנדאן הבירה.