מיטוואך פרשת טהרה • ב' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
אלפי חסידי סאטמאר פון איבער דער גארער האבן פארגאנגענעם דאנערשטאג כ"ו ניסן אפגעצייכנט די 19'טע הילולא קדישא פון רבם ומאורם הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע ביי וועלכן מ'האט מיט גרויס התרגשות מעלה געווען על נס זכרונו הבהיר, און מ'האט מתפלל געווען על מקום מנוחתו מיט גרויס התעוררות, מעתיר ומפציר צו זיין אויף ישועות ישראל בכלל ובפרט.
אנגעהויבן האט זיך עס בעצם יומא דהילולא רבא אינדערפרי, ווען דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט די הונדערטער בחורי חמד תלמידי הישיבות. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און פארגעדאווענט במתינות מיט גרויס התעורורות. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען לתורה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק', מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דער רבי האט געמאכט די סיום הש"ס און סיום ששה סדרי משנה און געזאגט קדיש, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הכנה לפני עלי' לציון, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע בחורים צו פויעלן אלעס גוטס ביים מתפלל זיין אויפן ציון.
גלייך איז מען ארויף פוקד צו זיין דעם ציון הק' מקום מנוחתו פונעם בעל הילולא זי"ע. נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי שליט"א ערשינען צום ביה"ח, און נאכ'ן זאגן די ברכה, איז דער רבי שליט"א אריין אינעם אהל וואס איז געווען פול-געפאקט מיט הונדערטער בעלי בתים, אברכים ובחורי חמד וואס האבן מיטגעהאלטן דעם זמן מרומם מתפלל צו זיין אויפן ציון הק' מיט גרויס התעוררות. אריינקומענדיג האט דער רבי שליט"א געצינדן ליכט, און דאן געזאגט מיט גרויס התרגשות די תפלה פון הייליגן ישמח משה זי"ע, און פארגעזאגט פרקי תהלים פון קאפיטל צ' ביז ק"ז מיט א געוואלדיגן התעוררות. במשך די גאנצע צייט האט זיך געהערט קולו בקודש פון רבי'ן מיט התעוררות ובכיות וואס האט יעדן מיטגעצויגן, ובפרט ביי יהי רצון, און י"ג מדות של רחמים וואס דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט בבכי עצום ורב. נאך תהלים האט דער רבי שליט"א געזאגט דעם קדיש, און דאן געלערנט משניות און ווייטער געזאגט דעם קדיש דרבנן דערנאך האט דער רבי שליט"א געליינט קוויטלעך פונעם ציבור במשך א לענגערע וויילע.
א שטארקער התעוררות האט דערנאך געהערשט אין אהל בעת דער רבי שליט"א האט זיך משתטח געווען אויפ'ן ציון הק', און מעורר געווען רחמי שמים מרובים למען הכלל והפרט. דורכאויס די גאנצע צייט האבן די צעירים החסידים געזינגן ניגוני התעוררות, ובפרט ניגונים וואס מען פלעגט זינגן בעתותי קודש בצלו פונעם בעל הילולא זי"ע.
פארנאכטס איז די רבי שליט"א ערשינען צום סעודת הילולא רבתי אין ביהמ"ד הגדול קאמבאנירט מיטן צענטראלן מגבית לטובת כולל עצי חיים לצדקת רבי מאיר בעל הנס. דער ביהמ"ד הגדול איז געווען אויסגעשטעלט אויף א הערליכן פארנעם, פון ברעג צו ברעג, א לאנגער אויבנאן האט זיך געצויגן אויפ'ן מזרח זייט פון ביהמ"ד, וועלכע איז געווען באשיינט מיט דאס השתתפות פון פילצאליגע רבנים, אדמורי"ם ודיינים שליט"א, רבני ודייני ק"ק סאטמאר, ובתוכם די פילצאליגע רבנים הגאונים נכדי בעל הילולא, ולידו פון רבי'ן שליט"א האט באשיינט אחיו כ"ק הגה"צ אבדק"ק סאטמאר 15'טע עוו. שליט"א נשיא כולל עצי חיים.
די רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעוררות וואס מ'פלעגט זינגען אין פארשידענע זמנים בצלו פונעם בעל ההילולא, פארגעזינגען דורך די סאטמארער קאפעליע, וואס איז מיטגעזינגן געווארן דורכ'ן ציבור מיט גרויס התעוררות.
מיט אנגעשפיצטע אויערן האט מען דאן געהערט די ווארעמע דברות קודש וואס דער רבי שליט"א האט משמיע געווען במשנתו פון אביו בעל ההילולא זי"ע
די רבי האט אנגעהויבן במשנת בעל הילולא, און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פונעם בעל הילולא זי"ע בג' עמודי עולם, איבער זיין גרויסקייט אין תורה סיי זיין התמדת התורה און סיי זיין הרבצת התורה פאר די תלמידים, זיינע הייסע תפילות פארן עמוד, און געווען א אב הרחמן ללבות נשברות און פארטיילט ריזיגע צדקות ביודעים ובלא יודעים. זיין עבודת הקודש לחזק ולרומם הקהילה והמוסדות איבער די גארער וועלט, און מחזק געווען די פילע מוסדות עטה"ק אין ארץ ישראל, און אין דעם דארף מען זיך מקשר זיין, ובפרט 'כולל עצי חיים' וואס איז נתייסד געווארן דורכן בעל הילולא זי"ע לשמו ולזכרו פון אביו הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע און שטייט היינט בנשיאות אחיו הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א וואס איז נושא בעול מיט א נאמנות און א מסירות טראץ עס קומט אים אן שווער, און מען דארף זען ארויסצוהעלפן מיט וואס מקען, און עס שטיצן ברוח נדיבה.
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די פעולות פונעם גרויסן טאטן דער בעל הילולא צו מרחיב זיין די גבולין דא אין קרית יואל, און באטאנט זיין ערשטע פעולה תיכף נאך די פטירה פון מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע ארויסצוברענגען די ישיבה מחוץ לעיר כרצונו פונעם פעטער ז"ל מייסד העיר, און היינט פארשטייט דאס שוין יעדער ווען מען זעט אזעלכע גוטע פירות וואס קומט ארויס פון די ישיבה וואס שטייגט איבער אלע אנדערע ישיבות בכמות ובאיכות בתורה ויראת שמים, חסידות, וכו'.
דער רבי האט שטארק ארויסגעברענגט די הרחבת גבולי העיר פון קרית יואל ווי עס קומען כסדר צו נאך געסער און נאך שכונות, סיי אין קרית יואל און סיי אין קרית יואל המורחבת וואס אלע תושבים פירן זיך ווי עס פאסט פאר א תושב קרית יואל.
און דער רבי האט אויפגעפאדערט די תושבי העיר אז מען דארף זען אז עס זאל זיין צוגעשטעלט בתי מדרשים און מורה הוראה אין יעדע נייע געגענט, סיי אין קרית יואל און סיי אין קרית יואל המורחבת עס זאל זיין מעלין בקודש ולא מורידין, מען זאל מוסיף זיין בג' עמודי עולם, תורה, תפילה, וגמילות חסדים. אויך האט דער רבי אויפגעפאדערט פון די חסידים צו שיקן די קינדער און בחורים נאר אין היימישע ישיבות מיט אונזער השקפה און זיך נישט האלטן קלוגער ווייל אז נישט באדויערט מען עס שפעטער און מען האט חרטה.
דער רבי האט ממשיך געווען רעדענדיג איבער קרית יואל וואס איז א עיר רבתי – רבתי בדעות מיט אסאך מיינונגען אבער דאס דארף יעדער וויסן אז איינער וואס איז נישט בהשקפה אחת מיטן רבי'ן זי"ע מייסד העיר אין אלע ענינים האט נישט וואס צו עפענען א ביהמ"ד אין שטאט קרית יואל, און דאס איז אויך נוגע פאר א מנהיג וואס גייט צום כותל המערבי וואס איז בניגוד דעת קדשו, איז דאס אן עזות צו עפענען א ביהמ"ד אין שטאט וואס איז נקראת על שמו, עס איז נישט קיין יושר און איז נגד השכל.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע אויפטוהן די לעצטע יאר צייט בנוגע די דירות פרייזן אין קרית יואל און ברוך השם מען זעט עס אן, און עס בויען זיך יעצט הונדערטער דירות פאר די ביליגע פרייזן, ואני על משמרתי אעמודה און וועל שטיין על המשמר אז די פרייזן זאלן בלייבן ביי 300 דאלער א סקווער פיס אין קרית יואל, און 250 דאלער א סקווער פיס אין קרית יואל המורחבת, ובפרט נאך וואס די מציאות איז אז צו בויען א דירה אין קרית יואל המורחבת קאסט אונטער 150 דאלער א סקווער פיס! וואס דאס מיינט אז מיט די יעצטיגע ביליגע פרייזן מאכט מען נאך אלס אסאך רווחים! עס איז דא א גבול וויפיל געלט מען קען ארויסקוועטשן פון מענטשן, און אינוועסטערס וואס ווילן מאכן געלט זאלן גיין צו אנדערע מקומות און דארט מאכן אסאך געלט, דערביי האט דער רבי מזכיר געווען לטובה די אלע בויערס וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו די תקנות וישלם ה' פעלם, און אזוי אויך די חברי ועד הדירות וואס גאנץ קרית יואל איז זיי שולדיג א הכרת הטוב.
דער רבי האט מסיים געווען ארומרעדענדיג איבער די ביטערע מצב אין ארץ ישראל מיט די גזירות גיוס בני ישיבות וואס מען דארף רחמי שמים מרובים, און איבער די פילע פעולות לטובה פון 'מרכז עזרה ויעוץ' צו ראטעווען טויזענטער בני ישיבות פונעם מיליטער, אזוי אויך דא אין ניו יארק דארף מען אויך רחמי שמים מרובים צו ניצל ווערן פון די גזירות החינוך מען זאל קענען ממשיך זיין צו מחנך זיין די קינדער עד המסורה לנו, און דער רבי האט פארענדיגט די דברות קודש, בברכות לרוב אז זכותו הגדול פונעם טאטן דער בעל הילולא זאל מגין זיין אויף יעדן איינעם, יעדער זאל געהאלפן ווערן בכל משאלות לבבו לטובה.