הויפט בלאט באריכט האד' מתולדות אברהם יצחק באזוכט ביים פאר הדור הגה"צ רי"מ שעכטער שליט"א במעונו החדש

האד' מתולדות אברהם יצחק באזוכט ביים פאר הדור הגה"צ רי"מ שעכטער שליט"א במעונו החדש

געשריבן דורך admin

מאנטאג פרשת טהרה • ל' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

נעכטן נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אנגעקומען אויף א ביקור נימוסין ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מנהיג חסידי ברסלב, אלס השלמה פון יום טוב פסח, נאכדעם וואס האד' מתולדות אברהם יצחק איז זיך נוהג נישט צו פארן אום חול המועד. עס איז ארומגעשמועסט געווארן בנועם שיח אריבער א האלבע שעה ווי הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט דערציילט הערליכע זכרונות פון זיינע גרויסע רבי'ס און אלטע פארצייטישע חסידים ואנשי מעשה פונעם פריערדיגן דור.

נאכן באזוך האט דער רב שליט"א געהייסן אריינברענגען כיבוד און דערנאך מכבד געוועהן האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק צו קובע זיין א מזוזה ביי איינע פון די טירן במעון קדשו, וואס מען האט נארוואס באנייעט צום יום טוב פסח העעל"ט.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00