הויפט בלאט באריכט 19'טע יומא דהילולא פון הרה"ק בעל ברך משה זי"ע אפגעהאלטן געווארן מיט גרויס התעוררות בצל בנו האד' מסאטמאר

19'טע יומא דהילולא פון הרה"ק בעל ברך משה זי"ע אפגעהאלטן געווארן מיט גרויס התעוררות בצל בנו האד' מסאטמאר

געשריבן דורך admin

דינסטאג פרשת טהרה • א' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

מיט גרויס התעוררות און התרגשות דקדושה האבן אידן בכל קצוי תבל און ספעציעל רבבות אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר אפגעצייכנט דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג שמיני, כ"ו ניסן, די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל ברך משה זי"ע.

אינעם היכל בית המדרש הגדול אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, באותו מקום ווי דער בעל ההילולא האט אלע יארן אפגעראכטן זיין עבודת הקודש במשך ז"ך שנים כולן שוין לטובה, זענען זיך צונויפגעקומען אויף "תפלת שחרית" די טויזענטער תלמידי כיתה ט' פון מוסדות סאטמאר איבער די גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערסי, בראשות בנו ומ"מ כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. נאך תפלת שחרית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש פאר די תלמידים.

אין די מיטאג שעות האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט קיין קרית יואל זיך משטתח זיין אויפן ציון הק' אינאיינעם מיט די טויזנטער תלמידים די בכל אתר ואתר, וועלכע זענען געקומען מתפלל זיין ביים ציון הקדוש. ארום 3:30 איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום שטח הבית החיים, אין באגלייטונג פון די תלמידי הישיבה, אינאיינעם מיט פילע חסידים זקנים עם נערים.

דער רבי שליט"א איז אריין אין אוהל הקודש. אלס שליח ציבור האט געדינט אחיו הגדול הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א, דערנאך האט דער רבי שליט"א געליינט קוויטלעך און פארגעלערנט משניות.

נאכן עלי' לציון איז פארגעקומען דער "סדר הלימוד" דורך די אלפי בחורי חמד אינעם בנין בית רחל החדש אין קרית יואל, ווי דער רבי שליט"א איז אנגעקומען ביים סדר הלימוד, זיך אומקוקענדיג אויף די חשוב'ע לומדים, און געזאגט א קדיש דרבנן, דערנאך איז די רבי שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד אויף תפלת מנחה.

דערויף איז די רבי שליט"א אנגעקומען אויף "ניחום אבלים" ביי משפחת הערמאן שיחי', ע"פ פטירת הגה"ח ר' חיים הכהן הערמאן ז"ל מחשובי חסידי סאטמאר אין קרית יואל, וואס דער נפטר ז"ל איז יארן לאנג געשטאנען בראש פון די "וועד החינוך" אין די מוסדות הקדושים אין קרית יואל, און אויפגעטוהן גדולות ונצורות להרמת קרן התורה והיראה בכלליות ובפרטיות.

פון דארט איז דער רבי אנגעקומען צום שטוב פון הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א אויף קוויקוועי ראוד. אויף א "מסיבת לחיים" אינאיינעם מיט די בני המשפחה, ווי עז איז אויפן ארט פארגעקומען א "מעמד חתימת שטרות" ווי הרבני הנגיד בנש"ק ר' שמואל ישעי' פריעדמאן שליט"א האט אפגעקויפט עטליכע קניני זכותים אינעם בית המדרש הגדול אין קרית יואל.

בשעה 8:00 איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צום סעודת הילולא אין בית המדרש הגדול אין קרית יואל, וואס איז געווען איבערגעפילט מקצה אל הקצה, ענדלאזע רייעס מיט טישן, הויך שטאקיגע פארענטשעס פון ביידע זייטן, בהשתתפות פון פילע טויזענטער אידן, זקנים ונערים, בעלי בתים ואברכים, בחורי חמד, רבני ועיני העדה, כולם נקבצו באו. אזוי אויך האבן זיך משתתף געווען די קינדער פונעם בעל ההילולא זי"ע, הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א, און הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א.

דער סעודת הילולא איז געווען קאמבענירט אינאיינעם מיטן "דינער השנתי" לטובת מוסדות יטב לב אין בני ברק. צום היי יאריגן מגבית האט די הנהלת המוסדות געלאזט אין גאנג א ערשטמאליגע גורל אויף א שמירה מטבע – פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע ווי אלע נדבני "מפעל מעמדות" פון $26 א חודש, וועלן האבן די זכות כניסה אריינצוגיין אין דעם גורל, זוכה צו זיין צו דעם חפץ של צדיק אמת לשמירה ולסגולה ולברכה.

אלס יו"ר המעמד האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' נפתלי הירצקא שטערן שליט"א מנה"ר מוסדות סאטמאר אין בארא פארק וועלכע האט געעפענט די מעמד, דער רבי שליט"א האט געמאכט סיום הש"ס און געזאט קדיש, דערנאך האט מען געהערט די "דבר המוסדות" דורך הרה"ח ר' יואל יאזשעף שליט"א מנכ"ל מוסדות יטב לב אין בני ברק.

דער משא המעמד ודבר ההילולא איז געהערט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, דער רבי האט אנגעהויבן מיט א שילוב סוף הש"ס ותחילתו, און דערביי מאריך געווען במשנתו פון אביו הגדול בעל ההילולא זי"ע. דערביי האט דער רבי שליט"א שטארק מעורר געווען בחיזוק קביעות עתים לתורה, ובפרט ווען מען האלט יעצט בהתחלת ימי הקיץ, און דער רבי שליט"א האט געזאגט, אז טאקע דער ענין פון "קביעות עתים לתורה" איז געווען איינס פון די שטארקסטע ענינים ביים רבי'ן דער בעל ההילולא זי"ע, וואס כל ימיו האט ער מעורר געווען איבער חיזוק בלימוד התורה.

דאן האט די רבי שליט"א מאריך געווען בגדול החזקת מוסדות יטב לב בני ברק, ווי שטארק אונזער חוב איז צו שטיצן די הייליגע מוסדות, און אונזער פליכט דאס צו צעמענטירן אויף א פעסטע יסוד בסיס על דרך רבותינו הקדושים זי"ע, מיט די ריכטיגע חומת ההתבדלות וואס דער הייליגער מוסד איז דאך דער שטאלץ און קרוין פון סאטמאר אומעטום אויסרופענדיג מיט א פעלזן שטארקייט דעם מלחמה לה' בעמלק מדור דור, זיך פירענדיג אויפן דרך התורה וההתבדלות על דרך ישראל סבא.

מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00