דינסטאג פרשת טהרה • א' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
 
מיט אומגעהויערע פרייד טוען חסידי טשערנאביל אין בני ברק נאכפאלגן די אקטיווע בוי ארבעט וואס איז אין א מזל'דיגע שעה אריין אין פאקטישע שוואונג, אינעם גראנדיעזן פראיעקט מרחיב צו זיין און לפאר ולרומם בית ה', דער ביהמ"ד הגדול טשערנאביל.
דער מולטי-מיליאן דאלארדיגער פראיעקט נעמט אריין א מאסיווע איבערבוי און פארהערליכונג פונעם בנין ביהמ"ד הגדול, איבער אלע שטאקן און היכלים, וואס וועט גענצליך פארוואנדלט ווערן אלס כלילת יופי מיט א פנים חדשות'דיגע פרעכטיגע צורה, און דערצו וועט דראסטיש פארברייטערט ווערן די היכלי התורה ותפלה און אלע ארומיגע איינריכטונגען, צו קענען אקאמאדירן דעם ריבוי העם בליעה"ר, אין צייט וואס דער עקזיסטירנדער בנין איז שוין שטארק אויסגעוואקסן און אפגעדינט.
אויפן אונטערשטער שטאק איז אונטערגענימען געווארן פולשטענדיגע רענאוואציע און פארברייטערונג, און דארט וועט אויפגעבויט ווערן פונדאסניי שפאגל-נייע הערליכע חדרי תפלה פאר די מנינים בימות החול, א פרעכטיגע היכל התורה, און א בית תפלה פאר כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א.
דערנאך וועט מען זיך נעמען צום ערשטן שטאק, וואו ס'איז פלאצירט געווארן דער ביהמ"ד הגדול, וואס וועט ווערן פראכטפול רענאווירט און דראסטיש פארברייטערט ביז'ן קענען ארייננעמען די ריזן צאל פון 16 הונדערט זיץ-פלעצער, און אויך וועט מען העכער מאכן דעם דאך, און וועט ערמעגליכן צו פארמאגן הויכע פארענטשעס פאר די שמחות און מאורעות בחצר הק', ווי אויך וועט מען אהערשטעלן א נייע הערליכע גאלעריע פאר די עזרת נשים, און בכלל וועט דער גאנצער אויסשטעל זיין פראקטיש אהערגעשטעלט צו קענען אפרעכטן די חתונות בחצר הק' אינעם ביהמ"ד הגדול.
דער פראיעקט איז געשאצט אפצוקאסטן די פאנטאסטישע סומע פון 8 מיליאן שקל, אין וואס חסידי ומעריצי בית טשערנאביל האבן זיך אנגעשלאסן מיט אייפער לבנות בית ה', ביי די אסיפה הגדולה מיט'ן נאמען "התנערי" וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט סוקסעס דעם פארלאפענעם דאנערשטאג שמיני, בראשות כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שלט"א.
עס איז אפגעהאלטן געווארן א רייע מיט דרשות דורך די עסקני הקהלה און וועד קרן הבנין, וועלכע האבן אראפגעלייגט די מציאות הדברים איבער'ן נויט פונעם אונטערנעמונג, און די קריטישקייט פונעם אנשלוס פון אלע אנ"ש צו העלפן צושטאנד ברענגען דעם פראיעקט.
ווי אויך האט מען געהערט די דרשה דורך העסקן הרב ירמי' דאמען מנהל ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא, וועלכער באגלייט מיט די עסקני טשערנאביל מיט פעולות חשובות, און דאן האט מען געהערט די דרשה דורכ'ן נואם הכבוד הרה"ג ר' יהושע פינק שליט"א דומ"ץ בעלזא בני ברק, וועלכער האט מעורר געווען דעם ציבור איבער'ן חשיבות און וויכטיגקייט צו נעמען א חלק לבנות בית ה'.
צום שלוס האט דער רבי שליט"א משמיע געווען ברכת הקודש פאר אלע משתתפים און נדבנים.
אין די יעצטיגע טעג נאך די אסיפה איז ספאנטאן אריין אין קראפט די בוי ארבעט, וואס רוקט זיך פאראויס מיט שטארקע פארשריט טאג-טעגליך, לשמחת לבם פון כל קהל עדת חסידי טשערנאביל.
 
 
 
 
 
