מאנטאג פרשת טהרה • ל' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי
פארלאפענעם כ"ה ניסן ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע האט נכדו ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א מעריך געוועהן דעם שולחן הטהור וסעודת הילולא ברוב עם הדרת מלך.
נאכן זיך וואשן האט די רבי מכבד געווען די פלאמעניק הגה"צ רבי אברהם חיים הלברשטאם אבד"ק רודניק לאס אנדזשעלעס מיט מכתם לדוד, די דברות קודש האט דער רבי אנגעהויבן מיט דברי פלפול במשנתו פונעם בעל הילולא די דברי חיים פאר איבער א שעה צייט, און ממשיך געווען מיט אגדה ומוסר, די רבי האט מעורר געווען איבער נישט רעדן ביים דאווענען, מחזק געווען די שיעורי תורה, ארומגערעט איבער די שווערע מצב הפרנסה, און דערמאנט די גזירת הגיוס אין ארץ ישראל.
אינעם הויעפונקט האט דער רבי זיך באצויגן צו די מולטי מיליאן דאללער'דיגע פראיעקט וואס איז אוטערגענומען געווארן מיט גענוי א יאהר צוריק אויפצובויען די בניני המוסדות דחסידי צאנז קלויזענבורג בארה"ק, ווען די רבי שליט"א האט ביים טיש כ"ה ניסן תשפ"ד גערופן קהל חסידיו אנטייל צו נעמען און זיין א שותף צו העלפן אויפבויען די גיגאנטישע נייע בניני הקהלה אין ירושלים און בני ברק.
די רבי שליט"א האט אצינד בשער בת רבים אויסגעדריקט רגשי הכרת הטוב מעומק לבו הטהור פאר די אינגעלייט וואס האבן זיך אנגעשטרענגט יותר מכפי יכלתם פאר דעם חשובן צוועק טראץ די שווערע מצב אין פרנסה, די רבי האט געזאגט אז לאור די ווארימע שטיצע האט מען שוין ב"ה געשלאסן די מקח אויף די בנין אין בני ברק און מ'גרייט זיך אריינצוגיין צייטווייליג אינעם בנין, וואס וועט בעז"ה בקרוב הימים איבערגעבויט ווערן בתכלית היופי, און אין ירושלים האפט מען אויך בקרוב צו שליסן די מקח, ובעז"ה בונה ירושלים השם.
די רבי האט ארומגערעט איבער די גרויסע זכיה צו שטיצן די מוסדות אין ארץ ישראל, ארומרעדנדיג בשבחם פון די אינגעלייט בני עליה, און מסיים געווען מיט פיל ברכות פאר אלע תומכים ומסייעים בזכות אבותיו הקדושים.
מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען גיסו כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א, און דערנאך איז די גאנצע ציבור דורך וואונטשן לחיים.