הויפט בלאט באריכט חדוותא דאורייתא: זעלטענע ביקור צווישן האדמורי"ם מגור און מישקאלץ פארוואנדלט אין העפטיגע פלפולא של תורה

חדוותא דאורייתא: זעלטענע ביקור צווישן האדמורי"ם מגור און מישקאלץ פארוואנדלט אין העפטיגע פלפולא של תורה

געשריבן דורך admin

זונטאג פרשת טהרה • כ"ט ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

א זעלטענע לענגערע באזוך איז פארלאפענעם דאנערשטאג אפגעהאלטן במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, א ביקור הוד וואס איז פארוואנדלט געווארן אין א ריתחא דאורייתא וחדוותא דשמעתתא, ווען דער גערער רבי שליט"א האט אין אן אויסנאם פאל מאריך געווען בשיחתן של תלמידי חכמים און פאר א לענגערע צייט זיך מפלפל געווען בעומקה של הלכה וסוגיות הש"ס.

דער באזוך איז אפגעהאלטן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר ממישקאלץ שליט"א, וועלכער איז אריינגעקומען צום גערער רבי'ן שליט"א איבערגעבן זיינע נייע לומדי'ישע ספרים "אור שלום" וואס איז נארוואס ארויס פון דרוק.

דער גערער רבי האט מכבד געווען דעם חשוב'ן גאסט צו זיצן לצידו, און תיכף אנגעהויבן מפלפל זיין מיט אים אין די ערשטע סוגיא וואס ווערט דערמאנט אינעם ספר, די סוגיא פון "חצי שיעור במלאכת שבת".

די רבי'ס האבן ארויפגעברענגט ראיות און סברות באורך הש"ס ארום דעם נושא, און מיט א בקיאות וחריפות מטייל געווען בש"ס ופוסקים, זייענדיג א מחזה הוד פון מלחמתה של תורה וואס גייט אן פאר נאנט צו צוואנציג מינוט.

בסיום הדברים האט דער מישקאלצער רבי דערציילט פאר'ן גערער רבי'ן, וואס דעם רבי'נס פאטער, דער לב שמחה זצ"ל האט אים געזאגט מיט יארן צוריק, ווען ער האט אמאל באזוכט במעונו, אז זיין זיידע דער הייליגער שפת אמת האט געזאגט אז דאס וואס ס'ווערט אויסגערעכנט אין מסכת אבות בשבח ווער ס'לערנט "תורה לשמה", און די מעלות וואס ער איז זוכה דורכדעם, רעדט זיך פון אזא איינעם וואס איז מקים עולה של תורה און לערנט תורה פאר אידישע קינדער אין א פלאץ וואו ס'איז נישט דא גענוג תורה.

דער גערער רבי האט ארויסבאגלייט דעם גאסט און מאציל געווען ברכת קדשו אז ער זאל ווייטער זוכה זיין להגדיל לתורה ולהאדירה.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00