דינסטאג פרשת שמיני • כ"ד ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: דוד ארזני
היינט נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אנגעקומען צו די הר נוף געגענט אויף א ביקור נימוסין במעונו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות אלס תשלומין צו די ימי חג הפסח שעברו עלינו לטובה, עס איז דערביי געשאפן געווארן א שיינעם שמועס בדברי תורה ומעניני דיומא, און דער פוסק הדור האט מכבד געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט לחיים.