הויפט בלאט באריכט חסידי באבוב 45 געזעגענען זיך פון האד' מבאבוב 45 לקראת מסע התעוררות צום יארצייט קיין צאנז

חסידי באבוב 45 געזעגענען זיך פון האד' מבאבוב 45 לקראת מסע התעוררות צום יארצייט קיין צאנז

געשריבן דורך admin

דינסטאג פרשת שמיני • כ"ד ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

בילדער קרעדיט: אייזיק י


נעכטן מאנטאג אין די נאכמיטאג שעות, האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א זיך ארויסגעלאזט לדרכו צלחה אויפ'ן וועג קיין פולין צום מסע התעוררות  לרגל די הילולא קדישא פונעם ראש השושלת לצדיקי בית באבוב, דער מאור הדורות ורבן של כל בני הגולה הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, וואס געפאלט אויס היינט נאכט אור ליום כ"ה ניסן.

אין די נאכמיטאג שעהן איז דער רבי ערשינען צו מנחה אין ביהמ"ד הגדול באבוב 45, נאך מנחה איז דער רבי געזעצן אין ביהמ"ד וואו הונדערטער חסידים האבן זיך געשלענגעלט אין די רייען זיך געזעגענען און איבערגעבן די קוויטלעך וואס דער רבי וועט מיטנעמען מיט זיך קיין צאנז, און מעתיר זיין לישועתן של ישראל און בפרט עדת צאן מרעיתו, יעדער מיט זיינע בקשות און הזכרות.

נאכדעם וואס די לעצטע אידן זענען דורך זיך געזעגענען, האבן די תלמידי המתיבתא ארויסבאגלייט דעם רבי'ן אין וועג בשירה ובזמרה און דער רבי האט זיך ווארעם געזעגענט מיט די בחורים, פארשפרעכנדיג זיי אינזינען צו האבן ביי די תפלות דארט אויף די מקומות הקדושים, אויסצובעטן פאר יעדן בחור כל מילי דמיטב. ארום 5:00 נאכמיטאג איז דער רבי איז ארויסגעפארן צום נוארק לופטפעלד פון וואו דער רבי שליט"א מיט באגלייטער זענען אפגעפארן בשטומ"צ אויפ'ן וועג קיין ווארשא.

חסידי באבוב 45 געזעגענען זיך פון האד' מבאבוב 45 לקראת מסע התעוררות צום יארצייט קיין צאנז

אין די זעלבדע צייט מאכן אצינד הונדערטער חסידי באבוב 45 זייער וועג קיין צאנז פולין, פון אלע עקן וועלט, מיטצוהאלטן די געהויבענער מסע הקודש וואס אנטשפרעכט צו זיין א יומא אריכתא פון אומבאשרייבליכע התעוררות און הייליגע שעה'ן פון התרוממות הנפש בצל קדשם פון די אבות החסידות זי"ע.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00