היינט ערב יום טוב פסח איז פארגעקומען די מעמד "מכירת חמץ לגוי" אינעם לשכת הביד"צ העדה החרדית אויף ככר זופּניק דורך די שרי התורה מרנן ורבנן חברי הבד"צ שליט"א, ובראשם מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, וועלכער איז ספעציעל אנגעקומען צו אנפירן דעם מעמד "מכירת חמץ לגוי".
דער גאון שליט"א האָט אַ לענגערע צייט פארגעלייגט אלע הלכות און חומרות וואס ער האט איינגעפירט אין לויף פון די יארן, בפרט היי יאהר ווען ערב פסח געפאלט שבת, און דורגעפיטר אלע נויטיגע קנינים אינאיינעם מיט די חברי הבד"ץ, ווען דער פוסק הדור שליט"א האט אויך אלעס איבערגעטייטשט אויף די ענגלישע שפראך פאר'ן גוי כדי ער זאל פארשטיין יעדעס ווארט.