הויפט בלאט באריכט הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ שליט"א באשיינט חנוכת הבית פון נייע פאפולערע "דאסקאל הלבשה" געשעפט

הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ שליט"א באשיינט חנוכת הבית פון נייע פאפולערע "דאסקאל הלבשה" געשעפט

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' צו • י"א ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

א שיינער מעמד "חנוכת הבית" איז די וואך פארגעקומען צום נייעם פאפולערן "דאסקאל הלבשה" געשעפט אין שטאט בני ברק, בראשות הגה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א אב"ד קרית וויזניץ בני ברק, לכבודו פונעם אייגנטומער דער בארימטער ראש וראשון לכל קדשי בית וויזניץ רבות בשנים, הרבני הנגיד ר' בערל דאסקאל הי"ו.

דער וויזניצער רב האט דערביי ווארעם געוואונטשן ברכה והצלחה פאר'ן בעה"ב ר' בערל, און דערביי איבערגעגעבן ברכת קדשו וואס מר אביו מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א שיקט פאר ר' בערל מריחוק המקום וקירוב הלב.

עס האט זיך דאן פארמירט א הערליכע שמועס, וואו דער רב האט אויסגעדרוקט די רגשי הכרת הטוב פאר ר' בערל, וועלכער איז מאז ומקדם זיך מוסר נפש לכל קדשי בית וויזניץ, ובפרט מיט'ן גרינדן דעם "איגוד מוסדות וויזניץ", וזכור אהבת קדומים, די לעכטיגע זמנים פון אמאל, ווען ר' בערל האט גענאסן אזא אויסטערלישע קירבות און נאנטקייט ביים זיידן דער ישועות משה זצ"ל.

באזונדער האט רבי חיים מאיר ערווענט די גרויסע קירבה וואס ר' בערל האט די אלע יארן ביים טאטן, דער רבי שליט"א, וואס האט עטליכע מאל זיך אויסגעדרוקט ברבים, אז בערל מרדכי איז א בחינה פון ״זכרתי לך חסד נעורייך״ ווי ער איז צוגעשטאנען לימינו אין אלע זמנים, ובפרט איז געקומען צום אויסדרוק ממש לעצטנס, צוויי חדשים צוריק, איידער דער רבי שליט"א איז ארויסגעפארן קיין לאס אנדזשעלעס, ביים מסיבת שבע ברכות לכבוד א חתונה בבית ר' בערל, וואו דער רבי האט זיך דאן אויסגעדרוקט מיט אויסנאמליכע לשונות של חיבה והערצה כלפי ר' בערל, און צווישן אנדערן זיך אויסגעדרוקט אז ער האט מיט ר' בערל א שיינע היסטאריע, ער האט אסאך געארבעט פאר מיר, פאר וויזניץ, להבדיל בין חיים לחיים צוזאמען מיט הרבני הנגיד ר' חיים משה פעלדמאן ע"ה, אן א חשבונות, זיי האבן צוזאמען מיט מסירת נפש אויפגעשטעלט דעם איגוד מוסדות וויזניץ וואס דינט אלס ביסוס פאר די מוסדות הקודשים.

ווי אויך האט מען אויפגעברענגט זכרונו הבהיר פונעם אומפארגעסליכן יושב ראשונה במלכות וויזניץ, הרבני הנגיד החסיד ר' חיים משה ז"ל, וועמענס יארצייט איז געפאלן יענעם טאג, און ס'איז דערמאנט געווארן די אומצאליגע פעולות אדירות און סכומים עצומים וואס ר' חיים משה האט געשאנקען למען בית וויזניץ בכל קצוי תבל, און צו דעם אלעם איז צוגעשטאנען איש אמונו ר' בערל דאסקאל, וואס האט דאס אלעס באגלייט מיט א געטריישאפט.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00