הויפט בלאט באריכט יומא דהילולא רבתי פון הגה"ק רבי אהרן ראטה זי"ע בעל שומר אמונים בצל האד' מתולדות אהרן

יומא דהילולא רבתי פון הגה"ק רבי אהרן ראטה זי"ע בעל שומר אמונים בצל האד' מתולדות אהרן

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' צו • ט' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN


לכבוד די יומא דהילולא רבא פון הגה"ק בעל שומר אמונים זי"ע האט נכדו ממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א געפראוועט דעם שולחן הטהור און סעודת ההילולא, אינאיינעם מיט'ן מעמד "סיום הש"ס" וואס איז געלערנט געווארן אין לויף פונעם יאר דורך די הונדערטער תלמידים, אין ביהמ"ד הגדול "תולדות אהרן" אין מאה שערים געגענט אין ירושלים עיה"ק. פארן טיש איז געווען צוגעשטעלט זיך צו וואשן נאך מבעוד יום, לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק בעל 'צבי לצדיק' מבלאזוב זי"ע רבו מובהק פונעם בעל ההילולא וועמענס יארצייט איז אויסגעפאלן בו ביום ה' ניסן.

דער רבי האט געדאווענט מעריב פארן עמוד, און דערנאך אפגעראכטן די סעודת ההילולא ביי וועלכן מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און בפרט די הייליגע ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן דורכ'ן בעל ההילולא זי"ע, וואס זענען געזינגען געווארן מיט השתפכות הנפש, ווען די זקני החסידים האבן זיך דערמאנט בהילו נירו על ראשינו, פראווענענדיג זיין הייליגע עבודה אין ירושלים עיה"ק.

ביי די דברות קודש האט דער רבי איבער א שעה צייט ארומגערעט מדברי תורתו פונעם בעל ההילולא. און דערציילט סיפורים ועובדות איבער דעם מסירות נפש פון זיין הייליגן זיידן דער בעל ההילולא זצ"ל, מיט זיין מלחמה לה' מיט יעדע פירצה בכל דבר שבקדושה.

פרייטאג אינדערפרי אינעם טאג פון די יארצייט, איז דער רבי שליט"א צוגעטרעטן צו תפילת שחרית פאר'ן עמוד, נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געדינט אלס סנדק ביי עטליכע ברית'ן, טייל פון זיי נקרא שמם בישראל 'אהרן' נאך די גרויסע בעל ההילולא. כחצות היום האט די רבי אפגעראכטן א לחיים טיש און אנגעוונטשן מברכות קדשו. דאס יאהר איז די רבי נישט ארויסגעפארן צום הר הזיתים. א גרויסער קבוצה חסידים זענען ארויסגעפארן צום ציון אין שפיץ פונעם רבינס קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, במשך די גאנצע טאג פונעם יארצייט איז געווען צוגעשטעלט אלע באדערנעפישן ביים ציון המצוינת דורך ק"ק תולדות אהרן.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00