דאנערשטאג פ' ויקרא • ה' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש
ברגשי גיל ושמחה איז געפייערט געווארן די מעמד חנוכת הבית פון די נייע פראכטפולע ביהמ"ד דחסידי צאנז אין די רמה ב' געגענט אין בית שמש, דער ביהמ"ד בית משה דוד איז געבויעט געווארן לע"נ הרה"ח ר' משה דוד גוטמאן ע"ה בנדבת לבם הטוב פון זיינע חשובע קינדער.
לכבוד די מעמד איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א ספעציעל ארויסגעפארן קיין בית שמש צו מפאר זיין בראשה, ביים אנקומען איז דער רבי אריין אינעם נייעם חדר פרטי וואס מען האט געבועיט פארן רבי'ן אין ביהמ"ד, און מכבד געווען בנו הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם רב חסידי צאנז אין אמעריקא צו קלאפן די מזוזה, און דערנאך אליינס קובע געווען א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג פונעם ביהמ"ד.
עס האט נאכגעפאלגט מיט א שולחן לחיים רבתי ביי וועלכן עס האבן אויפגעטרעטן דער רב הקהילה הרה"ג ר' פרץ טובי' בינדער שליט"א, הרבני הנגיד רבי מענדל רייך הי"ו פון קרית הבעש"ט, און די נדבני הביהמ"ד משפחת גוטמאן הנכבדה. דאן האט דער רבי משמיע געווען דברי תורה וברכה, און געשאנקען תעודות הוקרה פאר שלוחי דרבנן ר' מאיר פרוש, פארן מעיאר פון שטאט ר' שמואל גרינבערג, און פאר העסקן ר' שמעון גאלדבערג. אויך האט די רבי געשאנקען א לעדערנע הגדה של פסח 'הליכות חיים' מיט א הקדשה בכתב יד קדשו פאר די נדבני הבית מדרש משפחת גוטמאן און הנגיד ר' מענדל רייך הי"ו עמוד התווך פון קהילת ומוסדות צאנז.