א הערליכע מעמד הכנסת ספר תורה איז פארגעקומען דעם זונטאג אין לאנדאן, פאר די ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן צום ביהמ"ד קאלושין אין לאנדאן דורך די מתפללי הביהמ"ד און דער רב הביהמ"ד הגה"צ רבי מאיר שפיגל שליט"א האדמו"ר מקאלושין לאנדאן, לעילוי נשמתם פון אביו כ"ק אדמו"ר מאוסטראוו קאלושין זצ"ל, און חותנו כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו לאנדאן זצ"ל וואס זענען נסתלק געווארן מיט פינעף יאהר צוריק ביי די קאראנע מגיפה, עס קומט פאר אין זאל פרדס וויזניץ אין לאנדאן, די ריקודין און סעודה לגומרה של תורה איז פארגעקומען אין די זאלן פון פרדס וויזניץ אין שפיץ פון די אדמור"י ורבני העיר.