דינסטאג פ' ויקרא • ג' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש
ברוך המקדש שמו ברבים! שווערע טויזנטער אידן בני עדות המזרח האבן פארלאפענעם וואך זיך פארזאמלט ברחובות ירושלים און ארויסגעגעבן דעם קול זעקה קעגן דעם שרעקליכן חוק הגיוס און גזירת שמד אויף בחורי ישראל היה לא תהיה.
לקראת די עצרת הרבבות איז ערשינען א פאראייניגטע קול קורא דורך פילע צענדליגער גדולי התורה גדולי רבני יהדות ספרד, איבער'ן חוב קודש זיך משתתף צו זיין ביי די מחאה, וואס איז פאררופן געווארן אויף דאנערשטאג ערב ראש חודש ניסן מוקדם.
אנגעהויבן פון די פריע נאכמיטאג שעהן, האט זיך אנגעהויבן דער מעמד אדיר, ווען די גאסן פון שמואל הנביא און יחזקאל זענען פארשווארצט געווארן פון צענדליגער טויזנטער ספרדישע אידן פון אלע קרייזן וואס זענען ארויסגעקומען זיך אננעמען פאר כבוד שמים, און מרעיש עולמות זיין קעגן די ביטערע גזירה.
די עצרת מחאה האט זיך אנגעהויבן מיט תפילת מנחה און סליחות בהתעוררות רב, און דערויף איז דער מעמד געעפנט געווארן דורכ'ן יושב ראש הגאון רבי אברהם זרביב שליט"א רב שכונת מוסררה בירושלים און די רב פון יהדות אלג'יר, וועלכע האט אויפגערופן די גדולי ראשי הישיבות.
די בעלי דרשנים ראש ישיבת בית אברהם הגאון רבי דניאל זאדה שליט"א, הגאון הגדול רבי ציון בוארון שליט"א מגדולי הפוסקים און מנהיג יהדות לוב, הגאון הגדול רבי יצחק רצאבי שליט"א פוסק עדת תימן, הגאון המקובל רבי בניהו שמואלי שליט"א ראש ישיבת המקובלים נהר השלום, הגאון הגדול רבי אבנר עפג'ין שליט"א ראש ישיבת בית הלוי און הגאון רבי מרדכי טולדיאנו שליט"א ראש בית המדרש "יביע אומר" איידעם פון מרן חכם עובדיה יוסף זצ"ל האבן פה אחד בדברים כדרבונות ארויסגעברענגט דעם חובת השעה און פליכט וואס ליגט אויף אלעמען צו זיין גרייט אויף מסירת נפש ווען ס'האנדלט זיך פון א שעת שמד אויף אלע דרי ארה"ק.
מיטן משא המרכזי האט אויפגעטרעטן מרן ראש הישיבה הגאון רבי משה צדקה שליט"א וועלכער האט בקול חוצב אויסגעשריגן פון הארץ טיפעניש קעגן די שענדליכע פעולות פון אנשים מזרע ישראל ליידער וואס זענען גרייט צו גיין אויף פשרות מיט אזא געפערליכע גזירה. צום שלוס איז נתכבד געווארן הגאון המקובל רבי יעקב עדס פארצוזאגן קבלת עול מלכות שמים, מיט אן אויסטערלישע התעוררות וואס האט אפגעהילעכט בחוצות ירושלים פון רבבות מקדשי שם שמים.
אויך האט הגאון הגדול רבי יעקב תופיק עזרי שליט"א די ספרדישע רב פון שטאט ביתר ומראשי ישיבת פורת יוסף אויפגעטרעטן דורך א הוקאפ, און הגאון הגדול רבי בן ציון מוצפי ראש ישיבת בני ציון האט געשיקט זיין זון אויפצוטרעטן בשליחותו.
דערנאך האט הגאון רבי יוסף שמואלי מרבני ישיבת המקובלים נהר שלום פארגעליינט די החלטות העצרת, ווי די גדולי הדור טוען צווישן די שורות פארלאנגען פון אלע בחורי הישיבות און אברכים זיך מחזק צו זיין ביתר שאת אין לימוד התורה, און ח"ו זיך נישט שטעלן צום מיליטער בשום אופן, אויך אזעלכע וואס לערנען נישט אין קיין ישיבה אדער כולל. ווי אויך טוהן זיי קאלרשטעלן אז לאור די יעצטיגע מצב זאלן מען זיך בכלל נישט שטעלן צום לשכת הגיוס.
זיי זענען מודיע בשער בת רבים אז מ'וועט נישט מפקיר זיין שומרי תורה ומצוות וואס לערנען נישט א גאנצן טאג, און מ'וועט נישט נאכלאזן אפילו אויף איין נשמה לדראון עולם, און אז כלל ישראל וועט זיך ווי אין אלע דורות מוסר נפש זיין לקיום התורה והמצוות, און די גדולי ישראל צוזאמען מיטן גאנצן חרדישן אידנטום וועלן שטיין לימינם פון די בחורי הישיבות וואס וועלן זיך נישט שטעלן צום מיליטער, אוןוועלן גיין אין תפיסה פאר כבוד שמים.
בדרך התורה נלך באש ובמים, לקדש שם שמים!