הויפט בלאט באריכט מ"ה אשיב לה': אלפי חסידי בעלזא פייערן היסטארישע חגיגה "עשר עטרות" לרגל 45 יאר פון התייסדות ק"ק מחזיקי הדת בעלזא

מ"ה אשיב לה': אלפי חסידי בעלזא פייערן היסטארישע חגיגה "עשר עטרות" לרגל 45 יאר פון התייסדות ק"ק מחזיקי הדת בעלזא

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' ויקרא • ב' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק ויעקב נחומי


מיט אומבאגרעניצטע רגשי הלבבות האבן פילע טויזנטער חסידי בעלזא זוכה געווען מיטצולעבן די היסטארישע חגיגה האדירה "עשר עטרות" דעם זונטאג ויקרא, ר"ח ניסן, ווען עס איז בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל, אפגעצייכנט געווארן פילע 45 יאר זינט דער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט געגרינדעט די הייליגע קהלה "מחזיקי הדת בעלזא".

די הכנות צום מעמד גייען שוין אן וואכן לאנג, אין אלע בעלזא בתי מדרשים אין גאנץ ארץ ישראל, ווען עס זענען געלאדענט די טויזנטער חסידים האבן די זכי' צו זיין א חלק פון די הייליגע קהלה און נעמען אנטייל מיט די "דמי חבר", מעמבערס וואס צאלן דמי חבר. ווי אויך איז ביים מעמד אפגעגעבן געווארן די יקרא דאורייתא לכבודם פון די קרוב צו 100 דייני קהל מחזיקי הדת אין ארץ ישראל, וואס זענען נתמנה געווארן במשך השנים, און באזונדער איז באותו מעמד אפגעהאלטן געווארן דער התמנות פון פרישע זיבן דיינים.

דער מעמד איז פארגעקומען אויף א פרעכטיג עלעגאנטער פארנעם אין די מאיעסטעטישע "בניני האומה" אין ירושלים. אריינקומענדיג אין זאל איז געווען צוגעשטעלט רייכע מיני טעימה פאר'ן גאנצן עולם און די בעלזע קאפעליע האט מהנה געווען מיט פרקי שיר, אנגעפירט דורכ'ן לעגענדארן ארקעסטרא פירער ר' מונה ראזענבלום, באגלייט מיט די הארציגע חזנות דורכ'ן וויזניצער בעל מנגן ר' משה שטעקל. פון דארט איז מען אריבער אינעם גרויסן צענטראלן זאל, וואו די אלפי משתתפים זענען פלאצירט געווארן על מחנהו ודגלו.

אלס יושב ראש האט געדינט דער פה מפיק מרגליות הרב ישראל שטערן פון לאנדאן, וועלכער האט מיט טרעפליכע מגידות געהאלטן געשפאנט במשך די גאנצע חגיגה. צוערשט האט ער מכבד געווען הרב ר' מרדכי בריסק יושב ראש קהל מחזיקי הדת, איבערצוגעבן דעם "פתיחת המעמד", און דערנאך האט מען געהערט א דרשה פונעם זקן האדמורי"ם כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א מזקני רבני חסידי בעלזא, וואס האט אראפגעשילדערט א שלל פון רייכע זכרונות וואס ער האט מקבל געווען מבית אביו, כ"ק אדמו"ר מנאראל זצ"ל או וואס ער האט פערזענליך מיטגעלעבט בקודש פנימה ביים הייליגן בעלזער רב זי"ע, ובפרט וואס ער האט געדענקט פון די תקופה ווען דער היינטיגער בעלזער רב שליט"א איז נתגדל געווארן ביים הייליגן פעטער און די קירבה וחיבה יתירה וואס ער האט צו אים כסדר ארויסגעוויזן, זייענדיג זיין שווארץ אפעל פון אויג.

אין א מאמענט פון הכרת הטוב האט מען אויפגערופן דעם מעיאר פון ירושלים משה ליאון, וועלכער איז מכובד געוארן צו זאגן אפאר ווערטער לכבוד המאורע, דאן האט מען געהערט דעם דבר הקהלה פונעם בארימטן משפיע ונואם בחסד עליון, הרה"ג ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א מגי"ש בק"ק בעלזא, וועלכער האט בנועם לשונו אראפגעשילדערט כמה גדולים פעולותיו פונעם רב שליט"א, ווי אזוי ער האט זוכה געווען מיט אזא געוואלדיגע סייעתא דשמיא אויפצובויען א הייליגע אימפעריע לתורה וחסידות, וואס וואקסט און בליעט לשם ולתפארת, ובפרט האט ער דעטאלירט די ברייט פארצווייגטע פעולות הרוחני און די אלע אויפטוען וואס דער רב האט אויפגעשטעלט די לעצטע 45 יאר מיט זיינע צען פינגער און זוכה געווען מרים צו זיין דעם קרן התורה והחסידות אויף אן אומגלויבליכן פארנעם, ובפרט האט ער ארומגערעדט איבער'ן זעלטענעם כח ההוראה, דער מכון להוראה, די מערכת הכשרות, וואס כאטש ס'איז געווען אזויפיל שטערונגען, איז דער רב שליט"א אלעס איבערגעקומען און אויפגעבויט די שטארקע השגחה בתכלית הכשרות וההידור.

אינמיטן זיין דרשה האט מען מקבל געווען פני קדשו פונעם רב, ווען דער ציבור האלפים ברעכט אויס אין עקסטאזליכע געזאנג אויפ'ן ניגון "כי אורך ימים" וינועו אמות הסיפים. הרה"ג ר' מנשה האט ממשיך געווען זיין דרשה, און דערנאך האט מען געזינגען "מה אשיב" לכבוד ראש חודש.

א חדרת קודש האט זיך אראפגעלאזט אין זאל ווען דער רב שליט"א האט אנגעהויבן די דברי אלקים חיים, און מיט פלאם פייער ארומגעקאכט בשבח והודאה להשי"ת על כל החסד, וואס מ'האט זוכה געווען מרים צו זיין דעם כח הקודש לה' ולתורתו, און ארומגערעדט בשבח פון קהל מחזיקי הדת און אלע אפטיילונגען, ולהגיד לאדם ישרו האט דער רב בשער בת רבים באדאנקט דעם יושב ראש הרב מרדכי בריסק וואס לייגט אריין אזויפיל כוחות די אלע יארן, און נאר בזכותו איז מען אנגעקומען צו וואו מ'איז היינט.

דעם "משא המעמד" האט מען געהערט פון הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א בנו יחידו פונעם רב שליט"א, וועלכער האט עלעקטעריזירט דעם ציבור מדברותיו בנעימים, איבער דעם גרויסן טאג, דערמאנענדיג די פריערדיגע צייטן ווען מ'איז געווען משועבד און אונטערגעווארפן אונטער דרויסנדיגע דיעות, און מ'האט נישט געקענט זיין זעלבסשטענדיג מיט די אייגענע לויטערע השקפה וואס מ'האט מנחיל געווען פון די הייליגע זיידעס צדיקי בית בעלזא זי"ע, און ב"ה אז דער טאטע זאל זיין געזונט האט זוכה געווען להחזיר עטרה ליושנה, ווען מיט 45 יאר צוריק האט ער מייסד געווען די הייליגע קהלה קהל מחזיקי הדת, ווען ס'איז פארווירקליכט געווארן דער "ויוציאנו ה' אלקינו משם ביד חזקה וזרוע הנטוי'", און אויפגעשטעלט די בעלזע קהילות איבעראל, לשם ולתפארת.

בקול נרגש האט הרה"צ ר' אהרן מרדכי אויסגערופן דעם שבח והודאה לה', "שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו, אין יעדן דור מיט זיינע מצבים זענען דא מענטשן וואס ווילן צוטרעטן בעלזא, און נאר הקב"ה איז מצילינו מידם, דער אויבערשטער שטייט אונז צו דער האנט, בזכות פון די הייליגע בעלזא רבי'ס און מיט'ן כח פונעם טאטן זאל זיין געזונט האמיר זיך נישט וואס צו שעמען פאר קיינעם, אונז האמיר נישט מורא פאר קיינעם, נאר פאר'ן באשעפער אליינס, מ'לעבט ב"ה בשלום מיט אלע קהילות, מ'פרובירט זיך צו העלפן איינער דעם צווייטן, ברוחניות ובגשמיות אין אלע ענינים, אזוי ווי ס'פאסט זיך פאר היימישע ערליכע חסיד'ישע אידן".

דאן האט מען געהערט די דרשה נפלאה דורך הרה"ג ר' פנחס פריעדמאן ראש ישיבת מבקשי השם, לאנגיעריגער חברותא פונעם רב שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פונעם היינטיגן טאג, מ"ה אשיב לה' כל תגמולוהו עלי, ווען מ'צייכנט אפ 45 יאר פון הרמת כבוד שמים בעולמו.

דאן האט הרה"ג ר' נפתלי אופמאן דומ"ץ בעלזא הר יונה פארגעליינט "מכתבי ברכה" וואס זענען געשיקט געווארן צום מעמד דורך גדולי ישראל, כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א, און הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא. תיכף דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם מעמד, און מ'האט פארטיילט די תעודות פאר די זיבן נייע מורי הוראה וואס זענען נתמנה געווארן אלס פרישע דיינים אינערהאלב קהל מחזיקי הדת.

דערנאך איז פארגעשטעלט געווארן א מייסטערהאפטיגע פרעזענטאציע מיט אלע מלחינים בחצר הקודש בעלזא, וועלכע האבן פארציילט פון הינטער די קוליסן ווי אזוי די אלע הערליכע ניגונים זענען נתחבר געווארן, און ווי אזוי דער רב האט זיי כסדר מחזק געווען און געגעבן די הדרכה און חיזוק אויף טריט און שריט. דערמיט האט זיך געשלאסן דער מעמד וואס ווערט פארצייכנט מיט גאלדענע אותות בקורות ימי בעלזא.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00