הויפט בלאט באריכט אומפארגעסליכע טעג ביי יהדות אנטווערפן מיטן ביקור המורמם פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א | ברייטע דעקונג

אומפארגעסליכע טעג ביי יהדות אנטווערפן מיטן ביקור המורמם פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א | ברייטע דעקונג

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' ויקרא • ב' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

בילדער קרעדיט: JDN


הדרא דלא אפשר למפרט, די הערצער פון חסידי באבוב אין אייראפע זענען איבערגעפילט מיט רגשי הלב נאכן מיטלעבן די געהויבענע יומא אריכתא פון קדושה והתעלות, בצילא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, ביים ביקור המרומם בקרב עדת צאן מרעיתו אין שטאט אנטווערפן.

דינסטאג צופרי איז דער רבי ערשינען אויף תפילת שחרית אינעם גרויסן באבובער ביהמ"ד, ווי די הונדערטער חסידים האבן מיטגעדאוונט מיטן רבי'ן שליט"א ברוב עם הדרת מלך, און צוגאב צו די פולע הונדערטער געסט וואס זענען שוין געווען אנוועזנד פון מאנטאג, האבן זיך נאך פילע צענדליגער געסט מיטגעכאפט צו קענען מיטהאלטן די געהויבענע טאג בצל הקודש.

פארן דאווענען האט דער רב שליט"א געלייגט תפילין פאר ניין בר מצוה בחורים און זיך דאן געשטעלט דאווענען שחרית, נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א ברית ביי איינער פון די חסידים תושבי אנטווערפן ווי די רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות וברכות, דערנאך האט דער רבי איבערגעגעבן א שיחת קודש פאר די בר מצווה בחורים.

דערנאך איז פארגעקומען די מעמד סיום כתיבת האותיות פאר'ן ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך עדת חסידי באבוב אין אנטווערפן און איז שפעטער נאכמיטאג אריינגעגעבן געווארן להיכל ביהמ"ד הגדול ברוב רינה וצהלה.

דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות און מ'האט געזינגען ניגוני שמחה. דער רבי האט דאן משמיע געווען דברות קודש און ארויפגעברענגט לזכרון די אומפארגעסליכע רב הקהילה הגה"צ רבי משה הלברשטאם זצ"ל אבד"ק באבוב אנטווערפען, בתוך דבריו האט דער רב שליט"א מבשר געווען די בשורה טובה אז נאכן זיך דורכרעדן מיט די עסקני הקהלה, איז אונטערגענומען געווארן א פראיעקט אויפצובויען א גאלאריע אין ביהמ"ד פאר די עזרת נשים, א פראיעקט וואס וועט אפקאסטן קרוב צו א פערטל מיליאן דאללער. די רב האט דערביי פארשפראכן אפצוקויפן די שם העזרת נשים פארן סכום פון הונדערט טויזענט דאללער, לעי"נ אמה של מלכות הרבנית הצדקנית מבאבוב עלי' השלום, ועל שמה יקרא 'אוהל פריידא', אויפן ארט האבן זיך נאך צוויי נגידים אונטערגענומען די איבעריגע סכומים צו דעקן די קאסטבארע פראיעקט להרחבת גבולי הקדושה. נאך די דברות קודש זענען אלע בחורי חמד דורך כבני מרון וואונטשן לחיים.

נאכ'ן מעמד, איז פארגעקומען א באזונדערע מסיבת לחיים פאר די תינוקות של בית רבן, און די קינדער זענען אריבער ביים רב שליט"א וועלכער האט פארטיילט מטבעות קודש לשמירה ולברכה.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז די רב שליט"א אנגעקומען אויף ביקורי נימוסין ביי די גדולי רבני העיר וואס האבן אלע מקבל פנים געווען דער געהויבענעם גאסט בכבוד והערצה. צום ערשט האט דער רב שליט"א באזוכט ביים מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א, ווי עס זענען אויך געווען אנוועזנד די חברי הביד"צ מחזיקי הדת, און דערנאך ביי האדמורי"ם מצאנז זמיגראד און ספינקא אנטווערפען ווי עס איז אנטוויקלט געווארן שיינע שמועסן בדברי תורה וסיפורי צדיקים, און די אדמורי"ם האבן מכבד געווען דעם רב שליט"א מיט כיבוד און לחיים.

שפעטער איז אנגעקומען אויף ביקור גומלין בבית האכסניא כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, זייענדיג א זעלטענע ערשיינונג, די באבובער רב האט אויפגענומען די פשעווארסקער רבי מיט גרויס חביבות און עס איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס בדברי תורה וחסידות וואס האט זיך פארצויגן איבער א האלבע שעה. בין השיחין האט זיך דער פשעווארסקער רבי נאכגעפרעגט ביים באבובער רב איבער פארשידענע ענינים וסיפורים לבית צאנז און שינאווא. די רב שליט"א האט מכבד געווען די פשעווארסקער רבי מיט לחיים און דאן האט דער באבובער רב שליט"א ארויסבאגלייט די פשעווארסקער רבי ביז צו די גאס בכבוד והערצה, ונפרדו לשלום.

אין די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען די פייערליכע מעמד הכנסת ספר תורה אויף די ספר תורה געשריבן דורך חסידי באבוב תושבי העיר לעי"נ דעם אומפארגעסליכע רב הקהילה הגה"צ חסידא ופרישא ר' משה הלברשטאם זצ"ל אבד"ק באבוב אנטווערפען בעל מנחת משה. די תהלוכה איז ארויס פון שטוב פון הגה"צ ר' עמרם העניג שליט"א דומ"צ מחזיקי הדת אנטווערפען אויפ'ן וועג צום ביהמ"ד בשירה וזמרה ווי טויזענטער חסידי באבוב און תושבי אנטווערפען האבן זיך מיטגעפריידט בשמחת התורה ברחובות העיר מיט גרויס פייערליכקייט.

אינצווישן איז דער היכל הבית מדרש און אויך די גרויסע שאטער נעבן ביהמ"ד בליץ שנעל איבערגעפילט געווארן מקצה אל קצה, און א גרויסער ציבור האט איז געוועהן געצווינגען צו פארבלייבן אינדרויסן אויף די גאס פון דארט מיטצוהאלטן די פייערדיגע ריקודין דורך א לייוו הוקאפ נאכדעם וואס דער ביהמ"ד און שאטער האבן נישט געקענט ארייננעמען אזא ריזיג-פארזאמעלטער ציבור.

מיט גרויס התרגשות האט דער באבובער רב שליט"א געפראוועט די ריקודין מיט די ספר תורה און האט ארומגעטאנצן דעם ביהמ"ד אנגעכאפט מיט הרבני הנגיד רבי ישראל אלכסנדר ענגלענדער הי"ו וואס איז ספעציעל געקומען צופארן פאר עטליכע שעה מיטצוהאלטן די ביקור הוד אין אנטווערפען.

שפעטער האט דער רבי שליט"א מכבד געוועהן די רבני העיר וואס האבן זיך באטייליגט ביים מעמד, ובראשם דער מרא דאתרא גאב"ד אנטווערפען שליט"א. און דערנאך געטאנצן מיט די רבנים באזונדער, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א, הגאון רבי זעקל פאללאק חבר בד"ץ מחזיקי הדת, הגאון רבי עמקם העניג חבר הבד"ץ, הגאון רבי אהרן יהושע גראס דומ"ץ וראש ישיבת בעלזא אנטווערפען, הגאון רבי יהושע חיים ארי' שפיטץ ראש ישיבת ווילרייק, הגאון ר' אשר חיים שטערנבוך אב"ד אהל יעקב, הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען, הגאון רבי שמואל לוריא דומ"ץ וויזניץ אנטווערפען, אב"ד ערלוי אנטווערפען, אב"ד שפיקוב, און נאך פיל.

באזונדער האט זיך דער רב שליט"א ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די קינדער פון הגה"צ ר' משה הלברשטאם אב"ד באבוב אנטווערפען, אזוי אויך האט דער רב מכבד געווען גיסו הגה"צ ר' בן ציון בלום דומ"ץ באבוב לאנדאן און די קינדער, בנו הגדול הרה"צ ר' חיים שלום שליט"א און חתנו הרה"צ ר' ישראל בלום שליט"א צו טאנצן מיט די תורה.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א פרישן טאנץ און מרקד געווען בכל כוחו בשעת די ציבור הייבט זיך אין די לופטן וינועו אמות הספים. די רב שליט"א האט אריינגעפירט די ספר תורה צום ארון קודש און פארגעזאגט לדוד מזמור בהתעוררות רב דערנאך האבן די בעלי השיר פארגעזאגט "ובנוחה יאמר" מיט גרויס נעימות.

עס איז דאן אפגעראכטן געווארן די מסיבת לחיים לגומרה של תורה ביי וועלכן דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט'ן דרוש לכבוד נתינת ספר תורה, און מאריך געווען בשבחו פון די רב הקהילה הגה"צ ר' משה הלברשטאם זצ"ל וואס האט געדינט אלס רב אין די קהילה אין אנטווערפען פאר איבער פערציג יאר כולם שוין לטובה, און איז נאך נתמנה געווארן דורכן פאטער הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע.

דער רב שליט"א האט מרחיב געווען איבער זיין גדלות בג' עמודי העולם, זייענדיג בקי בכל חדרי התורה און האט אויפגעשטעלט כוללים, פארגעלערנט שיעורים בכל מכמני התורה, משיב געווען דבר ה' זו הלכה און מעמיד געוועהן פילע מורי הוראה, איבער זיין פלאמפייערדיגע כח העבודה און איבער אלעם זייענדיג א פארצייטשע רב מיט א שטארקקייט זייענדיג א ריכטיגע צאנזער אייניקל מיט אלע פירושים, דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט מיט גאר ווארעמע ברכות פאר אלע משתתפים אינעם ספר תורה, פאר די בני המשפחה און די חשובע אלמנה די רעבעצען.

אויפדערנאכט איז פארגעקומען די צענטראלע מעמד כינוס חסידי באבוב אין אייראפע אינאיינעם מיט'ן סיום מסכתא חולין אין חבורת קנין תורה ד'באבוב אין די בעלזא זאל אין שטאט ווי די זאל איז געווען אויסגעשטעלט מיט קרוב צו טויזנט זיץ פלעצער אויף הויכע פלאטפארמעס כדי יעדער זאל קענען מיטהאלטען די גאנצע מעמד. באזונדער איז געווען צוגעשטעלט הערליכע מעמדים פאר די קינדער און די נשות הקהילה וואס האבן מיטגעהאלטן די מעמד דורך א לייוו הוקאפ מיט באזונדערע דרשות.

לכבוד די מעמד איז ערשינען עטליכע נייע ספרים. א ספר מיט די דרשות פון הגה"צ ר' משה הלברשטאם זצ"ל אב"ד באבוב אנטווערפען, א קובץ חידושי תורה פון די בני הכולל, ספר הליכות עולם אויף הלכות פסח אין ראם פון לימוד הלכה בחבורת קנין תורה און נאך.

אנהייב פונעם מעמד האט גענומען דאס ווארט הרה"ח ר' אליעזר האפמאן הי"ו מראשי הקהילה וואס האט איינגעלייטעט די מעמד און ארויסגעברענגט די אומבאשרייבליכע התרגשות ביים ציבור האבנדיג די זכיה אז צדיק בא לבית מלונם ווען דער רב שליט"א איז אנגעקומען אויף דעם ביקור קודש אין שטאט.

ווי אן עלעקטעראנישער שטראם וואלט דורכגעלאפן אין זאל, האט זיך געשפירט בעת ס'איז געמאלדן געווארן "כי הנה מלכך בא", די רבי שליט"א, ערשיינט אין זאל, לפאר בראש המעמד, דער קול תרועת השמחה שטארקט זיך מיט פייערליכער עקסטאז, 'צהלי ורוני כי גדול בקרבך', דער רבי שליט"א שפאצירט דורך און באגריסט זיך מיט די רבנים ביותרת הכבוד, ביז'ן אנקומען למקום כבודו, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת מצוה לכבוד די סיום מסכת חולין פון חבורת קנין תורה.

הרה"ג ר' ישעי' שלאמאוויטש שליט"א בעל מחבר ספרי אבני שוהם מפארי חסידי באבוב אין שטאט איז נתכבד געווארן צו מאכן די סיום, און הרה"ג ר' שלום אליעזר ליפשיץ שליט"א פון בארא פארק נכד הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע האט געמאכט די התחלה פן מסכת ערכין.

א דרשה מלא תוכן ורגש האט מען געהערט פונעם מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א וועלכער האט ארויסגעברענגט די רגשי שבח והודי׳ לה׳ אז מ'האט זוכה געווען צו אזא גרויסן טאג, מקבל זיין פני קדשו פונעם רב וואס וועט זיכער איבערלאזן א גייסט פון חיזוק וחדוה פאר גאנצע שטאט און פאר חסידי באבוב בפרט.

אין זיין רייד האט ער מרחיב געווען בשבח ק"ק באבוב און די באבובער ביהמ"ד וואס איז פון די שענסטע מקומות תורה אין שטאט ווי אידן זיצן און לערנען מבוקר ועד ערב און ספעציעל מיט די ירחי כלה פראגראמען יעדן ווינטער, אויך האט ער ארומגערעט בשבח פונעם רב הקהילה זצ"ל, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר'ן ראש בית אב דער רבי שליט"א און פארן גאנצן קהילה.

דער הויכפונקט פונעם מעמד און פונעם גאנצן באזוך איז געווען ווען דער רב שליט"א האט אנגעהויבן משמיע זיין די דברות קודש, דברים חוצבים להבות אש, בגאון ובעוז, קול ה' בכח ובהדר, מיט א שטארקער קלארקייט אין די "ענינים העומדים על הפרק" אראפצושטעלן פאר'ן ציבור חסידים אין אייראפע את הדרך ילכו בה.

אינעם דרשה וואס האט געדויערט איבער א שעה צייט האט דער רב בארירט מערערע נושאים הצריכים חיזוק, איבערהויפט איבער די נסיונות הטעכנאלאגיע, צניעות ביי נשים, די מגושמ'דיגע וועלט, און עירוב טוב ברע. באזונדער האט דער רב ארויסגעברענגט אז די וועג וויאזוי זיך צו האלטן בזמנינו איז נאר דורכן זיך האלטן באחדות און מעורר געווען זיך צוזאמקומען אין די בתי מדרשים שבתים ומועדים און מרחיב געווען איבער די יסודות פון א באבובע שטיבל. מיט גאר ווארעמע ברכות הקודש האט דער רב שליט"א אויסגעפירט די ברכות הקודש, אנוואונטשנדיג די גאנצע עדה הקדושה וכל העם הנאספים מיט כל ברכות האמורות בתורה.

דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבין לכבודה של תורה אויפן זמר כי הם חיינו וואס דער רב שליט"א האט ארויפגעלייגט די ווערטער אויפן ניגון פון אביו זצ"ל, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א.

נאכן בענטשן איז דער רב שליט"א אריין אין א זייטיגע שטוב און פאר אנדערטהאלבן שעה איז די ציבור אדורך זיך געזעגענען ווי דער רב שליט"א האט יעדן געוואונטשן בפנים מאירות.

מיטוואך אין די צופרי שעות נאכ'ן דאווענען שחרית האט זיך די רב שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין בארא פארק, איבערלאזענדיג א רישומא קדישא אויפן אייראפעישע אידנטום ועל עדת צאן מרעיתו, שעות של תענוג רוחני וואס וועלן בלייבן איינגעקריצט מיט גאלדענע אותיות בקורות ימי באבוב אנטווערפן.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00