זונטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש
א שיינע רבישע שמחה איז אפגעראכטן געווארן בחוצות ירושלים, ביים שמחת הנישואין בחצרות שאץ – זידיטשוב – קרית צאנז ירושלים, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן א זון פון הרה"צ ר' מנחם מענדיל מאסקאוויטש שליט"א רב דקהל אזמרה אין צפת, זון פון כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א פון בני ברק, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מזידטשויב שליט"א פון בני ברק, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ המשפיע ר' יודא דייטש שליט"א, זון פון הגה"צ ר' מתתיהו דייטש שליט"א גאב"ד רמת שלמה, און איידעם ביי הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א.
צווישן די פילע אדמורי"ם ורבנים וואס האבן מיטגעהאלטן די שמחה האבן זיך אנגעזעהן בראש המסובים די גרויסע פעטער'ס כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א א פעטער מצד הכלה, און כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א א פעטער מצד החתן.
ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די זיידע כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א, קריאת הכתובה די זיידע הגה"צ גאב"ד רמת שלמה, ברכות ראשונות די זיידע הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים, און ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שליט"א.
גאר גרויס איז געוועהן די התרגשות בשעת די שמחת החתונה ווען מען איז געטאנצן אויף ניגוני מירון, אויפברעגענדיג עלי זכרון די גרויסע ניסים וואס האט פאסירט מיטן מחותן אבי החתן וואס איז געראטעוועט געווארן ממוות לחיים ביים שוידערליכן צודריקעניש אין אתרא קדישא מירון ל"ג בעומר תשפ"א.
בשעת די סעודת החתונה האבן זיך אנגעזעהן אויפן אויבן אהן די חשובע פעטער'ס משני הצדדים האדמורי"ם ממעליץ, גארליץ, לעלוב ירושלים, זוטשקא, דעעש ירושלים, אב"ד צאנז טשאקאווא, הגה"צ רבי חיים ווייס גאב"ד ביתר, הגה"צ רבי אפרים פישל מוטצען גאב"ד קרית הבעל שם טוב, די קרובי המשפחה האדמורי"ם מבישטינא, מיאלען, שאץ ירושלים, שאץ דראהאביטש, און אזוי אויך המקובל הגה"צ רבי בניהו שמואלי, הגה"צ רבי ניסן דוד קיוואק ממשפיעי ברסלב, הרה"ג ר' מנשה ישראל רייזמאן, הגה"צ רבי שמואל דוד שניאורסון משגיח ישיבת טשעבין און נאך.
די פעטער כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א איז ערשינען בשעת די סעודה, און איז ארויס אין א ריקוד של שמחה אויפן אויבן אהן, דערנאך באזונדער געטאנצן מיט די חתן, מיט גיסו כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שליט"א, און מיט די אנדערע זיידעס האדמורי"ם והרבנים שליט"א. פארן בענטשן איז ערשינען די פעטער כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכע איז מכובד געווארן מיט די ברכות ראשונות נאכן בענטשן, מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן די פעטער האדמו"ר מזוטשקא שליט"א, און דערנאך איז די צאנזער רבי געטאנצן מצווה טאנץ לפני הכלה, און באזונדער מיט די חתן מחותנים און זיידעס.
דערנאך האט הגה"צ המקובל רבי יצחק משה ארלנגר משמיע געווען דברי התעוררות און געטאנצן מצווה טאנץ לפני הכלה, און מען האט ממשיך געוועהן מיט די מצווה טאנץ פון די זיידעס האדמורי"ם והרבנים שליט"א, אויך איז די פעטער כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א מכובד געווארן טאנצן מצווה טאנץ.